מען קאָן עד־היום הערן אַ דעה, אַז די חורבן־טעמע איז געװען פֿאַרװערט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. דאָס הײסט, מען האָט צומאָל יאָ געמעגט דערמאָנען ייִדישע קרבנות און לײדן, אָבער בלױז אין אײנעם מיט אַנדערע סאָװעטישע פֿעלקער. די היסטאָריקער רופֿן דעם דאָזיקן צוגאַנג „אוניװערסאַליזירונג פֿונעם חורבן‟. אין אַ געװיסן זין איז דאָס אמת. אין דער גאַנצער ריזיקער ליטעראַרישער און קינאָ־פּראָדוקציע װעגן דער „גרױסער פֿאָטערלענדישער מלחמה‟ װערן די ייִדן דערמאָנט זײער שפּאָרעװדיק, און װען יאָ, האָט עס תּמיד אַ שײַכות מיט אַנדערע סאָװעטישע פֿעלקער. אַזאַ איז געװען די אָפֿיציעלע ליניע פֿון דער סאָװעטישער פּראָפּאַגאַנדע, װאָס מען האָט בפֿירוש פֿאָרמולירט אין פֿאַרשידענע דאָקומענטן.
אָבער דאָס הײסט ניט, אַז מען האָט ניט גערעדט װעגן דעם חורבן. פֿאַר דעם האָט מען אױסגעאַרבעט אַ ספּעציעל לשון פֿון רמזים און דרך־אַגבֿדיקע אױסדרוקן וכדומה — אַזעלכע רעטאָרישע כּלים. דאָס דאָזיקע לשון דאַרף מען לײענען מיט אַן אױג צװישן די שורות. דװקא אַזאַ מין אַנאַליטישע לעקטור װערט דורכגעפֿירט אין דער זאַמלונג „די פֿאָרשטעלונג פֿונעם חורבן אין דער סאָװעטישער ליטעראַטור און דעם פֿילם‟, װאָס איז אַרױס אין דער סעריע „זוכונג און פֿאָרשונג‟ פֿונעם אינסטיטוט „יד־ושם‟ אין ירושלים.
כּדי משׂיג צו זײַן די פֿאַרבאָרגענע אינעװײניקע טײַטשן אין די סאָװעטישע טעקסטן און פֿילמען, מוז מען זײ אומבאַדינגט באַטראַכטן אין אַ ברײטערן קולטורעלן און פּאָליטישן קאָנטעקסט. אַזאַ פּרוּװ װערט געטאָן אינעם אַרטיקל פֿון מאַראַט גרינבערג, פּראָפֿעסאָר פֿון ריד־קאָלעדזש אין פּאָרטלאַנד, אָרעגאָן, װעלכער אַנאַליזיט דעם פּאָעטישן דיאַלאָג צװישן צװײ באַרימטע רוסיש־ייִדישע דיכטער, באָריס סלוצקי און איליאַ סעלװינסקי. בײדע זײַנען זיי געװען אױף דער מלחמה, און בײדע האָבן אָנגעהױבן שרײַבן װעגן דעם חורבן, ווי נאָר זײ האָבן זיך דערװוּסט, װאָס עס געשעט אױף די שטחים אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע.
סעלװינסקי איז געװען עלטער פֿון סלוצקין, און סלוצקי האָט אים געהאַלטן פֿאַר זײַן פּאָעטישן רבי. אָבער סלוצקי, אין זײַנע חורבן־לידער, איז געגאַנגען מיט אַ גאָר אַנדערן װעג פֿון סעלװינסקין. בעת יענער האָט געשילדערט דעם שרעק און די אימה פֿון דער ייִדישער קאַטאַסטראָפֿע, איז סלוצקי געװען זײער שפּאָרעװדיק מיט זײַנע אימאַזשן און מעטאַפֿאָרן. ער האָט געשריבן אָן פּאַטאָס און אַפֿעקט; דער פּשט פֿון זײַנע װערטער איז גאַנץ פּראָסט. אָבער כּדי צו דערגרײכן צום טיפֿערן קערן פֿון סלוצקיס פּאָעזיע, דאַרף מען זי לײענען װי אַ מדרש, האַלט גרינבערג.
סלוצקיס חורבן־לידער זײַנען לאַנגע יאָרן געבליבן ניט פֿאַרעפֿנטלעכט, בעת די ראָמאַנען און לידער פֿון איליאַ ערענבורג זײַנען געװען זײער פּאָפּולער אַפֿילו אין די סאַמע פֿינצטערע יאָרן פֿון סטאַלינס דיקטאַטור. לאונה טאָקער פֿונעם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים פֿאַרטײַטשט ערענבורגס עפּישן מלחמה־ראָמאַן „דער שטורעם‟, װאָס איז אַרױס ערבֿ די סטאַליניסטישע רדיפֿות אין 1947. דאָס דאָזיקע װערק איז אַ מוסטער פֿונעם סאָװעטישן פּאָליטישן „עטיקעט‟, װאָס באַשטײט, לױט טאָקער, אינעם אָנהאַלטן אַ דעליקאַטן באַלאַנס צװישן שפּאָרעװדיקע ייִדישע עלעמענטן און דעם ברײטערן סאָװעטישן נאַראַטיװ. די ייִדישע לײדן װערן דאָ קונציק באַלאַנסירט דורך דער העלדישקײט פֿונעם גאַנצן סאָװעטישן פֿאָלק.
אַניאַ טיפּנער (האַמבורגער אוּניװערסיטעט) מאַכט אַ רעקאָנסטרוקציע פֿונעם שרײַבער־פּראָצעס און פּובליקאַציע אין די חורבן־מעמואַרן פֿון מאַשע ראָלניקײַטע, דער „סאָװעטישער אַנאַ פֿראַנק‟. אָבער להיפּוך צו אַנאַ פֿראַנקס טאָגבוך, זײַנען ראָלניקײַטעס טאָגביכער און זכרונות נאָך ניט באַקאַנט דעם ענגלישן לײענער. זי האָט געמוזט איבערשרײַבן אירע טעקסטן עטלעכע מאָל, אױף ייִדיש און דערנאָך אױף רוסיש. אין אַ באַזונדערן בוך, װאָס איז אַרױס ניט לאַנג צוריק, באַשרײַבט ראָלניקײַטע איר געראַנגל מיט די סאָװעטישע רעדאַקטאָרן און צענזאָרן, װאָס האָבן זי געצװוּנגען צו „פֿאַרגלעטן‟ איר טעקסט, לױט די אָנגענומענע אידעאָלאָגישע סטאַנדאַרטן. טיפּנער האַלט, אַז די קאָמפּליצירטע געשיכטע פֿון ראָלניקײַטעס בוך איז אַ באַװײַז, אַז די מאָדערנע רוסישע קולטור פֿאַרמאָגט זײער קנאַפּע ליטעראַרישע רעסורסן, כּדי אָפּצושפּיגלען די טראַגעדיע פֿונעם ייִדישן חורבן.
ענלעך צו די רוסיש־שפּראַכיקע מחברים, האָבן זיך די ייִדישע ליטעראַטן אױך געמוזט צופּאַסן צו די אידעאָלאָגישע פֿאָדערונגען. װי עס באַװײַזט דבֿ–בער קאָטלערמאַן (בר־אילן אוניװערסיטעט), זײַנען די ערשטע סאָװעטישע דראַמאַטישע װערק װעגן דעם חורבן אױף ייִדיש דערשינען אין ביראָבידזשאַן שױן אין 1942. אָבער זײ האָבן פֿאַרמאָגט שאַבלאָנישע אימאַזשן פֿון העלדישע קאָמוניסטן, און ספּעציעל באַטאָנט די ברידערשאַפֿט פֿון אַלע סאָװעטישע בירגער.
אָלגאַ גערשענזאָן (מאַסאַטשוסעטס־אוניװערסיטעט, אַמהערסט) מאַכט אַ היסטאָרישן איבערזיכט פֿון די סאָװעטישע פֿילמען װעגן דעם נאַציסטישן אַנטיסעמיטיזם און דעם חורבן, זינט 1936 און ביזן הײַנטיקן טאָג. אין יעדער היסטאָרישער תּקופֿה האָט דער פֿילם אָפּגעשפּיגלט דעם הערשנדיקן אידעאָלאָגישן און פּאָליטישן צײַטגײַסט. דער ייִדישער חורבן האָט פֿאַרנומען דערין זײער אַ באַשײדן אָרט — אױפֿן ראַנד. און אַפֿילו הײַנט, װען די רוסישע מאַכט פּרוּװט צו בױען אַ נײַע רוסישע נאַציאָנאַלע אידענטיטעט אױפֿן יסוד פֿון דער מלחמה, האָט מען זײער אַ קליינעם אינטערעס צו דעם, װאָס זשע איז טאַקע געשען דעמאָלט מיט די סאָװעטישע ייִדן?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.