פֿאַרוואָס זאָל אַ ייִד, דערצו נאָך אַ פֿרומער, באַשליסן צו פֿאָרן אויף קובאַ? אַזאַ קשיא האָב איך שוין געהערט פֿון צענדליקער אַמעריקאַנער ייִדן. אַ טייל האָבן זיך געזאָרגט, אַז דאָרטן וועט מען מיך אַרײַנוואַרפֿן אין אַ טורמע, שלאָגן אויף דער גאַס, פֿאַרפֿאָלגן מיט אַ געפֿערלעכן פּאָליציי־פֿאַרהער, באַגנבֿענען.
בלויז די לעצטע זאָרג האָט זיך אַרויסגעוויזן אַקטועל. אַדרבה, די וועגווײַזערין האָט געוואָרנט די טוריסטן אויפֿן וועג פֿונעם פֿליפֿעלד וואַראַדעראָ, אַז איבערצולאָזן בריליאַנטן צי אַנדערע טײַערע חפֿצים אַפֿילו אונטער אַ שלאָס אין אַ האָטעל, איז נישט קיין גוטע עצה.
נאָר אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ די רעגירונג פֿירט נישט קיין פֿאַרהאַנדלונגען מיט קובאַ, און באַטראַכט עס ווי אַ געפֿערלעכע קאָמוניסטישע מלוכה, האָט דאָס „פּערל פֿונעם קאַריבישן ים‟ אַזאַ רעפּוטאַציע. ווען אונדזער „שנה־ראשונה‟ האָט זיך דערנענטערט צום סוף, האָבן מיר געוואָלט פֿאַרברענגען דעם ערשטן יוביליי נאָך אונדזער חתונה אין עפּעס אַן אינטערעסאַנט אָרט. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז צוליב דעם, וואָס איך און מײַן פֿרוי זענען ביידע אייראָפּעיִשע בירגער, איז קובאַ די ביליקסטע ברירה.
איינער פֿון די ביליקסטע האָטעלן, וואָס דאָס אײַנשטיין דאָרטן איז געווען אײַנגעשלאָסן אינעם פֿלי־בילעט, איז געווען פֿול מיט פֿראַנצויזיש־רעדנדיקע קאַנאַדער, דרום־אַמעריקאַנער און אייראָפּעער — פֿראַנצויזן, רוסן, טשעכן — וואָס טראַכטן אויך אַזוי. לעבן דעם האָטעל, האָבן מיר דערהערט אַ פּאָר ישׂראלים רעדן העברעיִש. אַגבֿ, די אַכסניא האָט אונדז פֿאַרחידושט מיט דער ריזיקער מאָס פֿון די צימערן — פֿאַקטיש, גאַנצע דירות.
איך אינטערעסיר זיך מיט דער געשיכטע פֿון פֿאַרשיידענע לינק־ראַדיקאַלע און רעוואָלוציאָנערע באַוועגונגען. מײַן פֿרוי האָט פֿון קינדווײַז אָן געחלומט צו באַזוכן קובאַ. דערצו, האָט זי ענלעכע היסטאָרישע און פּאָליטישע אינטערעסן. אַ סך חבֿרים האָבן אונדז דערציילט, אַז קובאַ איז אַן אויסערגעוויינטלעך פֿרײַנדלעך און שיין אָרט. ווען מײַן פֿרוי האָט פֿאָרגעלייגט זייער אַ צוטריטלעכן וועגן אַהין צו פֿאָרן, זענען מיר נתפּעל געוואָרן פֿונעם געדאַנק צו באַזוכן דאָס לאַנד, ווי מיט 55 יאָר צוריק האָט פֿידעל קאַסטראָ דורכגעפֿירט אַ רעוואָלוציע.
די ערשטע מעשׂה, וואָס האָט צו טאָן מיט ייִדישקייט, איז געשען אינעם פֿליפֿעלד. אַ שיינינקע צאָלאַמט־פֿרוי, אָנגעטאָן אין אַ קורץ קליידל און שפּיצן־זאָקלעך, האָט באַמערקט, קוקנדיק אין דער רענטגען־מאַשין, אַז איך טראָג ביכער אין מײַן רוקזאַק, און געבעטן זיי צו ווײַזן. די קובאַנער צענזור פֿאַרווערט אַרײַנצוברענגען פּאָרנאָגראַפֿישע און קאָנטער־רעוואָלוציאָנערע מאַטעריאַלן. איך האָב אַרויסגענומען צוויי חסידישע ספֿרים: רבי נחמנס „ליקוטי מוהר״ן‟ און רבי אַהרן סטראַשעליערס „שערי היחוד והאמונה‟. די פֿרוי האָט זיך צעלאַכט, ווײַל „זי פֿאַרשטייט נישט קיין רוסיש‟, און אומגעקערט די ספֿרים. נישט געקוקט אויף דער מעדיאַ־צענזור און להיפּוך צו די שטרענגע אַמעריקאַנער עראָפּאָרטן, הערשט אין וואַראַדעראָ אַן אומפֿאָרמעלע, זאָרגלאָזיקע אַטמאָספֿער.
איך האָב געוווּסט, אַז אויף קובאַ איז נישטאָ קיין אַנטיסעמיטיזם. פֿאַר דער רעוואָלוציע האָבן דאָרטן געוווינט בערך 15,000 ייִדן. הײַנט באַטרעפֿט די ייִדישע באַפֿעלקערונג אַרום 1,500 נפֿשות; ס׳רובֿ פֿון זיי וווינען אין דער הויפּטשטאָט, האַוואַנע. ס׳רובֿ ייִדן זענען אַנטלאָפֿן צוליב דער רעוואָלוציאָנערער מהומה, און נישט צוליב אַנטיסעמיטישע שטימונגען. אַחוץ די דרײַ שילן, פֿונקציאָנירט אין האַוואַנע אַ ייִדישע זונטיק־שול און אַ מיקווה, וואָס געהערט צו דער כּמו־אָרטאָדאָקסישער שיל „עדת־ישׂראל‟, וווּ עס געפֿינט זיך אויך אַ ביבליאָטעק פֿון ייִדישע פֿילמען און ביכער. נישט ווײַט פֿון דער שיל שטייט אַ חורבן־מאָנומענט — אַ גרויסע מנורה.
פֿון די אָרטיקע ייִדן האָב איך געהערט, אַז פֿידעל קאַסטראָ האָט זיך תּמיד באַצויגן צו ייִדן מיט סימפּאַטיע און האָט עטלעכע מאָל באַזוכט די ייִדישע קהילה. איינמאָל איז ער אויפֿגעטראָטן אין אַ שיל מיט אַ דרשה לכּבֿוד חנוכּה, און געזאָגט, אַז זײַן רעליגיע, קאָמוניזם, איז אויך געגרינדעט געוואָרן דורך „צוויי גרויסע ייִדישע דענקער — קאַרל מאַרקס און פֿרידריך ענגעלס‟.
אין דער אמתן, איז ענגעלס געווען אַ דײַטש. אינעם זעלבן סטיל, האָבן מיר עטלעכע ייִדן, אַרײַנגערעכנט יעקבֿ ערנאַנדעז, דער אומפֿאָרמעלער רבֿ פֿון „עדת־ישׂראל‟, אַנטפּלעקט מיר דעם סוד, אַז פֿידעל אַליין איז, כּלומרשט, אויך אַ ייִד. ערנאַנדעז האָט געזאָגט, אַז לויט אַ באַקאַנטן קלאַנג, שטאַמט די משפּחה קאַסטראָ פֿון די שפּאַנישע אַנוסים. אַן אַנדער מיטגליד פֿון דער זעלבער שיל, אליעזר שקליאַר, האָט באַטאָנט אויף ייִדיש: „אַוודאי, פֿידעל איז ייִד! זײַן מאַמע איז דאָך געווען אַ ספֿרדישע‟. קיין ערנסטע ראיות וועגן דער דאָזיקער לעגענדע האָט זיך מיר נישט אײַנגעגעבן צו געפֿינען.
איצט, נאָך דער נסיעה, קען איך צוגעבן נאָך אַ טשיקאַווע סיבה, פֿאַרוואָס אַ פֿרומער ייִד זאָל פֿאָרן קיין קובאַ: כּדי אויסצוהערן אויף יעדן ווינקל דעם קאָמפּלימענט, אַז ער זעט אויס ממש ווי פֿידעל קאַסטראָ. הגם דאָס קלינגט ווי אַ וויץ, האָט מײַן באָרד מיט אַ קאַשקעטל טאַקע אַרויסגערופֿן צווישן די קובאַנער אַ פֿעסטע אַסאָציאַציע מיט פֿידעל קאָסטראָ. צענדליקער מענטשן זענען ממש אַנטציקט געוואָרן. מײַן רוסיש קאַשקעטל האָט זיכער געהאָלפֿן צו שאַפֿן דאָס „רעוואָלוציאָנערע געשטאַלט‟.
די קובאַנער באַציִען זיך מיט גרויס דרך־ארץ צו רוסן, רוסלאַנד און אַלץ, וואָס האָט אַ רוסישן טעם. אַ סך קובאַנער — דער עיקר, מיטל־יאָריקע און עלטערע — קענען רוסיש, ווײַל זיי האָבן שטודירט אין די סאָוועטישע אינסטיטוטן אָדער זיך געלערנט רוסיש אין דער שול. הגם דער ראַטן־פֿאַרבאַנד איז שוין לאַנג בטל געוואָרן, ווערן די רוסן נאָך אַלץ באַטראַכט ווי די בעסטע ידידים פֿון די קובאַנער.
ווען איך האָב געקויפֿט אינעם סוּוועניר־קרעמל בײַם האַוואַנער „מוזיי פֿון רעוואָלוציע‟ אַ גרין היטעלע מיט אַ בילד פֿון טשע געוואַראַ און אַ רויטן שטערן, האָב איך אָנגעהויבן ברענגען אַ טייל מענטשן ממש אין התפּעלות. די טשיקאַוועסטע מעשׂה איז פֿאָרגעקומען מיט אַ פּאָר פֿרויען — ווײַזט אויס, זונות צי סתּם ליידיקגייערקעס.
צו טרינקען אַלקאַהאָלישע געטראַנקען אין דרויסן איז אויף קובאַ אינגאַנצן לעגאַל. אַדרבה, אַ טייל אויטאָבוסן זענען אויסגעשטאַט מיט ספּעציעלע כּלים, וווּהין מע קאָן אַרײַנשטעלן אַ פֿלעשל. די באַגרענעצונג פֿון אינפֿאָרמאַציע און אַנדערע חסרונות פֿון דער קובאַנער געזעלשאַפֿט ווערן קאָמפּענסירט מיטן פֿרײַען און אָפֿענעם גײַסט פֿונעם עולם, צוליב וועלכן מע קאָן פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס נישט ווייניק מענטשן באַטראַכטן קובאַ גאַנץ ערנסט ווי „דעם אינדזל פֿון פֿרײַהייט‟.
בקיצור, זיצן מיר, איך און מײַן פֿרוי, אויף אַ בענקל אין איינעם פֿון די האַוואַנער צענטראַלע פּלעצער, גלײַך לעבן דעם מאָנומענט פֿונעם נאַציאָנאַלן העלד כאָסע מאַרטי, און טרינקען אַ ביר, האָבנדיק הנאָה פֿון אַ סבֿיבֿה, וווּ די פּאָליציאַנטן באַשיצן דאָס רעכט פֿון די מענטשן צו פֿאַרווײַלן ווי מע וויל. צוויי פֿרויען קומען צו און קוקן זיך גוט אײַן אין מײַן „רעוואָלוציאָנער‟ פּנים. איינע פֿון זיי זאָגט: „אָ, ממש פֿידעל! קום מיט אונדז טאַנצן‟. מײַן פֿרוי האָט באַמערקט, אַז אפֿשר וויל איר מאַן קודם פֿאַרענדיקן זײַן ביר. די פֿרויען האָבן, כּלומרשט ווי פֿאַרחידושט, אויסגעשריגן „אַ, דאָס איז דײַן מאַן?‟, און געגאַנגען זוכן אַן אַנדער טענצער.
אַן אַנדער פֿרוי, אויף אַ מאַרק, האָט זיך אָפּגעשטעלט, אָנגעכאַפּט מײַן באָרד, געגעבן זי אַ גלעט מיט אַ טיף פֿאַרטראַכט פּנים, און געגאַנגען ווײַטער. אירע כּוונות זענען געבליבן פֿאַר מיר אַ סוד.
ס׳רובֿ קאָמפּלימענטן וועגן מײַן אויסזען האָב איך אָבער אויסגעהערט פֿון מענער. איין יונגערמאַן האָט מיך באַגריסט מיט אַ מיליטערישן סאַלוט און געזאָגט: „אַ גוטן טאָג, קאָמאַנדאַנטע פֿידעל!‟; נאָך אַנדער — ס׳זעט אויס, אַן איבערגעצײַגטער קאָמוניסט — האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף דער גאַס מיט זײַן פֿרוי, באַמערקט, אַז איך דערמאָן אים קאַסטראָ, און אָנגעהויבן אַן ערנסטן שמועס וועגן רוסלאַנד; עטלעכע מענטשן, נאָכן זעלבן קאָמפּלימענט, האָבן מיך באַגריסט מיט פֿאַרשיידענע רוסישע אויסדרוקן.
ערנסט גערעדט, איז די פֿראַגע, פֿאַרוואָס אַ ייִד זאָל פֿאָרן אויף קובאַ, בעצם אַ מאָדנע. פֿאַרוואָס זאָל מען נישט פֿאָרן? די ליובאַוויטשער חסידים פֿאָרן כּסדר אַהין — אַחוץ זייער שליחות, כּדי סתּם צו באַזוכן אַן אינטערעסאַנט לאַנד. די וועלט איז גרויס און עס זענען פֿאַראַן אַ סך לענדער — לאַוו־דווקא די בעסטע פֿרײַנד פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל — וועלכע איך וואָלט אויך באַזוכט מיט גרויס אינטערעס און פֿאַרגעניגן, ווען איך וואָלט געהאַט אַזאַ מעגלעכקייט.
(המשך קומט)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.