שאַולי גראָסמאַן איז ניט קיין פּנים־חדשת אין דער הײַנטצײַטיקער חסידישער מוזיק־וועלט, כאָטש זײַן ראָלע און די פּראָפֿעסיאָנעלע דערגרייכונגען זענען ניט ברייט באַוווּסט דעם חסידישן עולם, שוין אָפּגערעדט פֿון דער ברייטערער ייִדישער גאַס. זייער אַ טאַלאַנטירטער זינגער, דיכטער און מחבר פֿון זינגלידער, האָט ער ווי גאָר אַ יונגערמאַן פֿאַר און בשעת זײַנע פֿריִיִקע 20ער יאָרן, אָנגעשריבן אַ פּאָר פֿון די סאַמע פּאָפּולערסטע לידער אויף ייִדיש אין די חסידישע קרײַזן. צווישן די באַקאַנסטע לידער זײַנע זענען די שלאַגערס „אַ פּשוטער ייִד‟ (געזונגען פֿון ליפּאַ שמעלצער אין זײַן אָלבאָם, וואָס טראָגט דעם זעלביקן נאָמען) און „מײַן געלע באָס‟ (אויפֿן סמך פֿונעם באַקאַנטן „ביטלס‟־ליד „מײַן געלער סובמאַרין‟, געזונגען פֿון יואלי לעבאָוויטש). ער האָט אויך מחבר געווען דעם קאָנטראָווערסיעלן אונטערערדישן „יו־טוב‟ שלאַגער — „איך וועל זײַן אַ רבי‟, וואָס מאַכט חוזק פֿונעם פּזרנות פֿון די רבנים אויפֿן סמך פֿונעם באַקאַנטן ליד „איך וועל זײַן אַ ראָקסטאַר‟ פֿון דער קאַנאַדער ראָק־גרופּע „ניקלבאַק‟.
בעת ער האָט געהאַלטן אינעם דערגרייכן כּמעט דעם סאַמע שפּיץ פֿון פּראָפֿעסיאָנעלער הצלחה, האָט ער זיך אויך אַלץ מער דערווײַטערט פֿון דער חסידישער סבֿיבֿה. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק איז שאַולי אַוועק פֿון דער פֿרומער וועלט און געוואָרן אַן אַקטיווער מיטגליד פֿון דער געוועזענער חסידישער קהילה, וואָס רופֿט זיך „אַראָפּ פֿון דרך‟. ער איז אָבער געבליבן געטרײַ דער ייִדישער שפּראַך, בפֿרט ווי אַ מעדיום פֿון זײַן קינסטלערישער שאַפֿונג; ער האָט ניט אויפֿגעהערט צו שרײַבן ייִדישע לידער און זיי רעקאָרדירן. מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט ער אַרויסגעלאָזט אַ נײַ ליד מיטן נאָמען „ביסטו טאַקע דאָרט?‟, צוזאַמען מיט אַ מוזיק־ווידעאָ אויף „יו־טוב‟. דאָס נײַ ליד, וואָס ער זינגט פֿאָר מיט זײַן רויִק, אָבער פֿאַרכאַפּנדיק קול, באַהאַנדלט זײַנע רעליגיעזע ספֿקות און זײַן קאָמפּליצירטע באַציִונג צו גאָט. אין אַן עקסלוסיוון אינערטוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟, דערציילט שאַולי וועגן זײַנע קינדער־יאָרן אין מאָנסי, ווי אַזוי זײַן קאַריעריע האָט זיך אָנגעהויבן און זײַנע ווײַטערדיקע פּלענער מיט מוזיק.
פֿון וואַנען שטאַמסטו? וואָס פֿאַר אַ ראָלע האָט די מוזיק געשפּילט אין דײַנע יונגע יאָרן? וואָס איז געווען די באַציִונג צו דער מוזיק בכלל אין דײַן קהילה?
פֿון דער היים בין איך פֿון מאָנסי, אינעם האַרץ פֿון וויזשניצער טשאָלנט. דאָרט איז דער נוסח תּשעה-באָבֿ אַ גאַנץ יאָר; אָבער געדאַוונט האָבן מיר אַ סך אינעם בעלזער שטיבל, וווּ איך פֿלעג אָפּזיצן גאַנצע ימים־טובֿים, ווי אַן ערלעך ייִנגל, און זיך צוהערן צו יעדער קרעכץ פֿונעם בעל־תּפֿילה, ביז עס האָט מיך דורכגעווייקט די תּנועות און נוסח אין די ביינער עד היום הזה.
אויפֿוואַקסנדיק, איז די מוזיק געווען אַ וויכטיקער חלק פֿון זײַן אַ גוטער ייִד, און בײַ מײַן רעליגיעזער מאַמע און שפּעטער משגיח אין ישיבֿה האָט מען געלייגט אויף מוזיק אַ שטאַרקע אַכטונג. איך האָב אויסגעהערט רבי יום־טובֿ ערליך, נגינה פֿון פֿאַרשידענע חסידישע הויפֿן און יונתן שוואַרץ, ביז די אויערן האָבן מיר וויי געטאָן, ווײַל אַלעס אַנדערש (אַבֿרהם פֿריד, מרדכי בן־דוד, און שפּעטער ליפּאַ שמעלצער) איז געווען חזיר־טריף.
שפּעטער אין ישיבֿה, אין ישׂראל, האָב איך זיך שוין יאָ געוואַגט אויסצוהערן אַ ביסל ספֿרדישע און סתּם חרדישע מוזיק. די איינציקע נישט־חרדישע סידי׳ס (קאָמפּאַקטלעך), וואָס איך האָב מיר אַײַנגעהאַנדלט, האָבן קיינמאָל נישט איבערגעלעבט דעם חודש, ווײַל די קנאָים האָבן זיי געטראָפֿן און צעבראָכן. אָבער די מוזיק מאַכט די וועלט זיך דרייען, און אָן דעם בין איך צעדרייט געווען, האָב איך געטראָפֿן אַ וועג נאָך אַלעמען.
ווען האָסטו אָנגעהויבן שרײַבן לידער? וואָס פֿאַר אַ סאָרט לידער? צי געדענקסטו פֿאַר וואָס דו האָסט געוואָלט שרײַבן לידער?
איך האָב אָנגעפֿאַנגען שרײַבן אין ישיבֿה; פּאָעמעס, גראַמען, אַ ליד דאָ און דאָרט וואָס איך האָב פֿאַרשריבן אויפֿן שער־בלאַט פֿון דער אויסגעמאַטערטער גמרא, און זיך עס פֿאַרזונגען אַמאָל צו אַ חבֿר אָדער צוויי, וואָס האָבן, געוויינטלעך, זיך שנעל אויסגעדרייט צוריק צו דער חבֿרותא און ווײַטער געשמועסט איבערן רמב׳׳ם.
אָבער איך האָב געהאַט אַ שרעקלעכן דאָרשט צו דער האַרץ־ציִענדיקער וועלט פֿון מוזיק, און נאָך אַ שטיק צײַט האָב איך מיר אײַנגעהאַנדלט אַ גיטאַר, וואָס איז געלעגן באַהאַלטן אונטער מײַן בעט, און מע האָט אים אַרויסגערירט, ווען מען האָט פֿאַרברענגט אַ ליל שישי, צוזאַמען מיט אַ פּאָר חבֿרים אָדער, ווען מע האָט געבענקט אַהיים, און די געפֿילן האָבן געשטראָמט אין געזיכט אַ וועג אַרויס.
דער ערשטער ניגון וואָס איך האָב רעקאָרדירט, איז געווען גראַדע ווען מײַן פֿעטער, וואָס האָט אויך געלערנט אין מײַן כּיתּה (קלאַס), האָט מען אַרויסגעוואָרפֿן פֿון ישיבֿה אויף אַ וואָך, און איך האָב מיך (פֿול מיט צאָרן אַוודאי) אַרויסגעלאָזט אויפֿן וועג גלײַך צום סטודיאָ אין ירושלים מיט אים, צו רעקאָרדירן מיט שלעכטע חבֿרים אַ ביסל גוטע לידער און פֿײַנע צײַטן.
איך האָב אַלץ געמאַכט; ניגונים און געשריבן פּיוטים, פּשוט כּדי עס אַרויסצולייגן. נישט ווײַל איך האָב געהאַט עפּעס אַ פּלאַן אין קאָפּ אויסצודריקן דאָס האַרץ אויף אַן אופֿן, וואָס זאָל מאַכן אַנדערע פֿאַרשטיין די געפֿילן אינערווייניק און זיי מיטשפּירן. ס׳איז אַ חוש וואָס אַ סך האָבן נישט און אַ ברכה וואָס איך האָב נישט געקענט פֿאַרפּאַסן.
ווי אַזוי ביסטו געוואָרן אַקטיוו אין דער וועלט פֿון חסידישער מוזיק? מיט וועמען האָסטו געאַרבעט? ווי אַזוי האָסטו זיך געטראָפֿן מיט זיי? ביסט דאָך געווען גאַנץ יונג!
מײַן קאַריערע אין מוזיק האָט זיך אָנגעפֿאַנגען ווען ליפּאַ שמעלצער איז אַמאָל געקומען באַזוכן מײַן ייִנגסטן ברודער, ווען ער האָט געליטן פֿון קאַנסער (ראַק). ליפּאַ האָט בלית־ברירה אויסגעהערט אַ פּאָר ניגונים, וואָס מײַן פֿעטער און איך האָבן פֿאַרפֿאַסט, אינעם קאַר (אויטאָ) נאָך דעם וואָס מיר האָבן פֿאָרגעלייגט עס צו זינגען. ער איז אַזוי פֿאַרציקט געוואָרן, אַז ער האָט זיך געדאַרפֿט איבערבעטן מיט אונדזערע עלטערן אין דער פֿרי, ווען ער האָט אונדז צוריקגעטראָגן אָן באַמערקן, אַז די נאַכט גייט שנעל פֿאַרבײַ.
דער נעקסטער (קומענדיקער) אַלבאָם זײַנער האָט פֿאָרגעשלאָגן דרײַ ניגונים מײַנע, אַרײַנגערעכנט דעם ניגון, וואָס האָט געטראָגן דעם אַלבאָמס נאָמען „אַ פּשוטער ייִד‟. די זעלבע זינגערס, וואָס איך האָב אַרויפֿגעקוקט צו זיי נאָך נישט לאַנג צוריק, זענען איצט געזעסן אינאיינעם מיט מיר הינטער דער קאָנצערט־סצענע.
נאָך אַ פּאָר פּאָפּולער־אויפֿגעכאַפּטע ניגונים אין די פֿרומע קרײַזן, אַ פּאָר גרויסע קאָנצערטן (אין „מאַדיסאָן סקווער גאַרדין‟ און אַזוי ווײַטער), און אַ שיינע פּאָר ניגונים, וואָס דער עולם האָט זיך צוגעכאַפּט צו זיי ווי צו אַ קאַלטן גלאָז מאַראַנצן־זאַפֿט נאָך אַ לאַנגן שופֿר בלאָזן, ווי ׳מײַן געלע באָס‟
און „איך וועל זײַן אַ רבי‟
האָב איך מיך צוביסלעך אַרויסגעלאָזט פֿונעם ענין, ווײַל איך בין געוואָרן וואָס ווייניקער פֿרום, און די קרײַזן וואָלטן געווען אומבאַקוועם מיטן קויפֿן און אויסהערן מײַנע לידער. איך בין נישט גרייט אויפֿצוגעבן מײַן פּערזענלעכן לעבנס־שטייגער און אָנשטעלן אַ פּנים, כּאילו איך בין אויך פֿרום, נאָר כּדי צו קענען זיך ווײַטער „רײַבן‟ מיט די גרויסע שפּילערס.
פֿאַר וואָס און ווי אַזוי האָסטו פֿאַרלאָזט די חסידישע וועלט?
איך האָב איבערגעלאָזט די חסידישע וועלט, וווּ איך בין אויפֿגעוואַקסן, ווען איך בין געווען 21. איך בין געווען פֿילאָסאָפֿיש און איך האָב אַלץ געפֿרעגט, געלייענט, און געזוכט וויסנשאַפֿט. איך האָב זיך נישט אָפּגעשטעלט, וווּ דער ראָש־ישיבֿה האָט געהייסן, און דער רמב׳׳ם האָט געוואָרנט. איך האָב ווײַטער געלערנט, ווײַטער אויסגעהערט, ווײַטער געקלערט, און געקומען צום פּערזענלעכן באַשלוס, אַז עס איז אַלץ גאָרנישט מיט נישט. ווי שלמה המלך, דער קליגסטער פֿון אַלע האָט אויסגעפֿירט „הכּל הבֿל הבֿלים.‟ אַ זייפֿן־בלאָז.
איך האָב דורכגעליינט כּמעט אַלצדינג, וואָס די ישיבֿה־ווענט טראָגן אויף אירע אָנגעלאָדנטע שאַפֿעס; ווײַטער געלערנט אין קאָלעדזש פֿאַר אַ תּעודה (דיפּלאָם) אין ביאָלאָגיע; גענישטערט אין דער חכמה פֿון די אַמאָליקע ריזן פֿון אַנדערע רעליגיעס, אָבער איך וויל נישט אַרײַנגיין אינעם ענין צו טיף, ווײַל עס איז אַ ווײטיקדיקער קאַפּיטל פֿאַר אַ סך מענשטן.
פֿאַר וואָס שאַפֿסטו נאָך אַלץ לידער אויף ייִדיש?
איך האָב געשריבן אַ סך פּאָעזיע אין ענגליש און געוווּנען אַ פּאָעזיע־פֿאַרמעסט אין ניו־יאָרק אינעם פּרעסטיזשפֿולן „אורבאַנאַ פּאָעטרי סאָסײַיִטי‟, אין יאָר 2010, אָבער לידער קען איך נאָר שרײַבן אין ייִדיש. אפֿשר די מאַמעס קינדער־געזאַנגען, אפֿשר די באָבעס תּפֿילות, איך ווייס נישט, וואָס דאָס איז, אָבער גאָרנישט זינגט זיך ניט מיט אַזויפֿיל האַרץ און געפֿיל ווי דאָס מאַמע־לשון ייִדיש. עס איז זיסער, רויִקער און נאָענטער צום האַרץ, ווי אַלע אַנדערע שפּראַכן.
איך בין נאָך 20־30 לידער גרייט אַרויסצוגעבן און וועל עס צוביסלעך טאָן. מאַך זיכער נאָכצוגיין מײַן „יו־טוב‟־קאַנאַל, כּדי מיטצוהאַלטן פֿון הײַנט און ווײַטער פֿאַר אַ חודשלעכער אויסגאַבע. איך זאָג צו, איך וועל אײַך נישט אַנטוישן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.