דער זשאַנער „רײַזע-ביכער‟ אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט איז נישט קיין נײַער. אין אַזעלכע ביכער טרעפֿט זיך דער מחבר (און עד-היום נישט קיין מחברטע) מיט כּלערליי מינים ישׂראלים און גיט נאָך דעם איבער זײַן באַריכט, וואָס שפּיגלט כּלומרשט אָפּ די ישׂראלדיקע אַלגעמיינע שטימונג פֿון דער אָדער יענער געוויסער תּקופֿה.
דעם מחברס אײַנדרוקן זענען בבֿחינת די הויפּט שטריכן, וועלכע כאַראַקטעריזירן דעם פֿענאָמען „מדינת-ישׂראל‟, און בדרך-כּלל, קומען זיי אַרויס אין ליכט פֿון אַ מין קריזיס. אָנגעהויבן האָט עמוס אילון ז”ל מיט דעם זשאַנער אין זײַן בוך „די ישׂראלים: גרינדערס און זין‟ (The Israelis: Founders and Sons) אין 1971. אין יענע יאָרן, צווישן די 1967 און די 1973 מלחמות, האָבן געוויסע גרופּעס שוין געכאַפּט, אַז באַלד קומט אַ נײַע קאַטאַסטראָפֿע, און ס’איז כּדאַי צו זיצן און אַרומרעדן מיטן אַנדערן צד דעם סיכסוך, אַנשטאָט צו פּראַווען אייביק, ווי אַ באַנדע שוטים „די באַפֿרײַונג‟ פֿון נײַע ארץ-ישׂראלדיקע שטחים.
די אַרכיוואַלע דאָקומענטן, אַנטדעקט אין די לעצטע יאָרן, באַווײַזן קלאָר-און-דײַטלעך ווי גאָלדע מאיר האָט זיך געהאַט אָפּגעזאָגט אין יענע יאָרן אויפֿן זעלביקן עגיפּטישן שלום-פּלאַן, וואָס מנחם בעגין האָט נאָר מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער אָנגענומען, אָבער שוין נאָכן שווערן „סורפּריז‟ פֿון דער יום־כּיפּור־מלחמה.
עמוס עוזס „פּה ושם בארץ-ישׂראל‟ („דאָ און דאָרט אין ארץ-ישׂראל‟) איז נאָך אַ באַקאַנטער בײַשפּיל פֿון דעם זשאַנער. דאָס בוך פֿונעם באַרימטן שרײַבער איז אַרויס אין 1983, אויפֿן סמך פֿון צונויפֿגעשטעלטע אינטערוויוען, וואָס עוז האָט געמאַכט סוף-1982, אָנהייב-1983, כּלומר, נאָך דער טראַוומאַטישער לבֿנון-מלחמה. יענע מלחמה האָט שוין צעשפּאָלטן די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט אויף אַ שאַרפֿן אופֿן. אַנטפּלעקט האָט זי אַלץ מער און מער שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט, דעם אַגרעסיוון כאַראַקטער פֿון די ישׂראלדיקע כּוחות, באַלאַגערנדיק און באָמבאַרדירנדיק די שטאָט ביירוט, בפֿרט נאָך דער שחיטה אין סאַבראַ און שאַטילאַ. עוז איז געווען, און איז געבליבן נאָך עד-היום, דאָס רעפּרעזענטאַטיווע און בכּבֿודיקע קול פֿון די לינקע ציוניסטן אין ישׂראל.
און אָט גייען פֿאַרבײַ נאָך דרײַסיק יאָר, דער ישׂראל-פּאַלעסטינער סיכסוך גייט נאָך אַלץ אָן, און די ספֿקות לגבי דעם ציוניסטישן חלום, זיכער צווישן דער אינטעליגענץ און די געבילדעטע שיכטן, שטײַגט. קומט דער „האָרץ‟־קאָלומניסט אַרי שבֿיט, אַ ליבעראַלער ציוניסט מיט אַלע רמ״ח אבֿרים, און שרײַבט אָן דעם בוך „מײַן צוגעזאָגט לאַנד: דער טריִומף און טראַגעדיע פֿון ישׂראל‟ (My Promised Land: The Triumph and Tragedy of Israel). און טאַקע, מה-נשתּנה? וואָס פֿאַר אַ נאָווינע ברענגט מיט זיך שבֿיט, וואָס לעצטנס איז ער גאָר פֿאַרנומען מיט זײַן „בוק-טור‟, אַרומפֿאָרנדיק איבער אַמעריקע און פּראָטעזשירנדיק זײַן בוך (איך אַליין האָב אים געהערט אין מערילענד-אוניווערסיטעט), ווערנדיק דערמיט אַ נײַער ליבלינג פֿון די הויפּט-שטראָמיקע ליבעראַלע אַמעריקאַנער?
קודם-כּל, געפֿינט זיך אין שבֿיטס בוך אַ פּרטימדיקע באַהאַנדלונג פֿון דער „נאַקבאַ‟. אויב בטבֿע פֿלעגן די ליבעראַלע ציוניסטן איגנאָרירן די מלחמה פֿון 1948 און איר ראָלע עד-היום-הזה אינעם פֿאַרלענגערן דעם סיכסוך, קומט שבֿיט און ווידמעט אַ גאַנץ לאַנגן קאַפּיטל די געשעענישן אין דער שטאָט לוד. „לידאַ‟ — אַזוי רופֿן די פּאַלעסטינער, און אַזוי הייסט טאַקע דאָס קאַפּיטל, „לידאַ, 1948‟ (Lydda, 1948). שבֿיט שילדערט דאָרט פּרטימדיק „די ציוניסטישע אינוואַזיע‟ אויף די טעריטאָריעס פֿון לידאַ אין האַרבסט 1903 ביזן זומער 1948. ער באַשרײַבט ווי די שטאָט האָט געבליט און ווי זי איז מאָדערניזירט געוואָרן צווישן די צוויי וועלט-מלחמות און פֿאַרן יאָר 1948.
יולי 1948, צוויי חדשים נאָך דער גרינדונג פֿון מדינת-ישׂראל, באַשליסט דער ערשטער ישׂראל־פּרעמיער, דוד בן-גוריון, פֿאָרויסצוגיין מיט אַ פּלאַן צו באַזעצן די שטאָט לידאַ. אַ מיליטערישער כּוח, בראָש מיטן קאָמאַנדיר משה דיין, אַטאַקירט לידאַ אַ וואָך שפּעטער און נעמט שיסן בלינדערהייט אין אַלע ריכטונגען. די רעזולטאַטן פֿון יענעם פּאָגראָם (ווייניקער פֿון איין שעה): איבער 100 אַראַבישע ציווילע מענטשן — פֿרויען, קינדער און אַלטע לײַט — זענען דערהרגעט געוואָרן.
„דעם אָוונט איז לידאַ אָקופּירט געוואָרן דורכן ציוניזם, — שרײַבט שבֿיט. — דעם קומענדיקן טאָג, נאָך אַ ווילדער שיסערײַ מצד די ישׂראלים, זענען נאָך 200 אַראַבישע ציווילע מענטשן דערהרגעט געוואָרן. נאָך דער לידאַ-שחיטה, מאַכט בן-גוריון אַ באַוועגונג מיט דער האַנט, און זאָגט צום גענעראַל יגאל אַלון: ׳דעפּאָרטיר זיי׳. אין גאַנג פֿון איין לאַנגן טאָג זענען צענדליקער טויזנטער פּאַלעסטינער אַראַבער באַצוווּנגען געוואָרן צו פֿאַרלאָזן זייערע היימען.‟ (זז’ 107-108).
וואָס זשע האָט דערגרייכט שבֿיט מיט זײַן בוך? אַן אָנערקענונג אין די שחיטות און גוואַלדטאַטן, און אין ישׂראלס אַחריות אינעם שאַפֿן די פּליטים-פּראָבלעם — בפֿרט, מצד די ליבעראַלע ציוניסטן. דאָס איז אַ נײַע זאַך, אַ פֿענאָמען פֿון די לעצטע פּאָר יאָר. „ציוניזם איז אויפֿגעקומען אויפֿן חשבון פֿון די אַלטגעזעסענע תּושבֿים פֿונעם לאַנד, די פּאַלעסטינער.‟ — צו אַזאַ אויספֿיר און אויך אַנדערע „נײַע‟ אַנטפּלעקונגען קומט שבֿיט אין זײַן בוך.
לײַדער, חזרט ער איבער די זעלביקע אָפּגעלעבטע שטאַמפּן: אַ שלום איז נישט מעגלעך… ישׂראל איז אַ קליין לאַנד, וואָס ווערט געסטראַשעט פֿון אַלע ריכטונגען… דאָס לעבן דאָרט איז שווער, און דאָך, איז עס אייגנאַרטיק!.. צו די געוווּנטשענע מסקנות קומט שבֿיט נישט, בײַ די מלוכישע אינסטאַנצן — שוין אָפּגערעדט; ווערט דער צוגאַנג פֿון „צוויי-מדינות‟ און פֿון אַ שלום אַלץ מער צערונען, מיט יעדן פֿאַרבײַגייענדיקן טאָג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.