בעת די ישׂראלדיקע רעגירונג שטעלט צונויף אַ געזעץ־פּראָיעקט, וואָס פֿאָדערט פֿון די ישיבֿה־בחורים זיך צו שטעלן צום פּריזיוו, איז די חסידישע וועלט, פֿאַרשטייט זיך, שטאַרק אויפֿגעבראַכט. פֿון דער אַנדערער זײַט, קאָן דאָס שאַפֿן אַ געלעגנהייט פֿאַר די חרדישע פֿרויען.
די חרדישע מעדיאַ בושעוועט מיט קלאַנגען פֿון אַ מעגלעכן „מאַרש פֿון די מיליאָנען‟, כּדי אויסצודריקן אָפּאָזיציע, אויף אַן עפֿעקטיוון אופֿן, קעגן דעם פּלאַן צו באַקליידן די חרדישע בחורים אין מונדירן, און באַצייכענען ווי פֿאַרברעכער יענע, וועלכע איגנאָרירן דאָס דינען אין צה״ל.
די חרדישע פֿירער, וועלכע רעדן וועגן אַ מאַרש האָבן, אַ פּנים, זיך אינספּירירט פֿונעם „מאַרש פֿון אַ מיליאָן‟ פֿון 2011, ווען די ישׂראלים איבערן לאַנד האָבן אויסגעדריקט זייער אומצופֿרידנקייט מיט דער אומגלײַכקייט פֿון דער געזעלשאַפֿט. יענע דעמאָנסטראַציעס זענען טאַקע געווען גרויסע, כאָטש זיי האָבן נישט דערגרייכט קיין מיליאָן.
די חרדים האַלטן, אַז אויב זייערע מענטשן קענען נאָכמאַכן אַזאַ מאַסן־אַקטיוויזם, וועט די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט און רעגירונג זיי מער נישט קאָנען איגנאָרירן.
דאָ ליגט אָבער באַגראָבן אַ פּראָבלעם. אין דער סעקולערער געזעלשאַפֿט, אויב מע רופֿט צונויף אַ מיליאָן מענטשן אָנטיילצונעמען אין אַ דעמאָנסטראַציע, קאָנען טאַקע זיך באַווײַזן אַ מיליאָן דעמאָנסטראַנטן. אָבער אין דער חרדישער וועלט, ווען מע ציט צו אַ מיליאָן שטיצער, וועלן זיך באַווײַזן בלויז 500,000 דעמאָנסטראַנטן — ווײַל די פֿרויען טאָרן זיך נישט באַטייליקן; ס׳איז פֿאַררעכנט פֿאַר נישט־צניעותדיק.
שטעלט זיך די פֿראַגע: וועלן די רבנים באַשליסן, אַז ס׳איז טאַקע בעסער דורכצופֿירן אַ קלענערע מאַניפֿעסטאַציע, אַבי די פֿרויען זאָלן בלײַבן אין דער היים? אָדער וועלן זיי פּסקענען, אַז די סכּנה פֿון שטעלן די חרדישע בחורים צום פּריזיוו איז אַזוי גרויס, אַז די פֿרויען וואָלטן אויך געדאַרפֿט זיך באַטייליקן?
אַזוי האָט טאַקע פּאַסירט בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה: אַ צאָל לענדער האָבן זיך שטאַרק גענייטיקט אין אַלץ מער כּוחות, האָבן זיי גערופֿן די פֿרויען צו קומען אַרבעטן אין די פֿאַבריקן, און במילא האָט דאָס דערפֿירט צו דער באַפֿולמעכטיקונג פֿון די פֿרויען. וועט אָט די חרדישע מלחמה קעגן דעם געזעץ־פּראָיעקט אויך, צום טייל, באַפֿולמעכטיקן זייערע פֿרויען?
אויב די רבנים באַשליסן, אַז ס׳איז יאָ כּדאַי אַרײַנצונעמען די פֿרויען, וועט עס, אַוודאי, אויסזען אַנדערש ווי אַ געוויינטלעכע „געמישטע‟ דעמאָנסטראַציע, ווײַל אַ מחיצה וועט צעטיילן די מינים. פֿון דעסטוועגן, וואָלט עס פֿאָרט געווען אַ באַפֿולמעכטיקונג פֿון דער פֿרוי, ווײַל דער טײַטש איז: מיר דאַרפֿן אײַער באַטייליקונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.