פֿרעגט אַן אַלטן ייִד

Ask an Old Jew

Published March 02, 2014, issue of March 28, 2014.

אינעם „פֿאָרווערטס‟־אַרכיוו האָט זיך אָפּגעפֿונען אַ בריוו און אַן ענטפֿער פֿון דער אַלטער רובריק „אַ בינטל בריוו‟, ערנצט באַאַרבעט פֿון לייזער בורקאָ.


טײַערער אַלטער ייִד,

איך בין אַ מיידל פֿון ניו־דזשערזי. שוין צוויי יאָר האָב איך אַ חבֿר, אַ „בויפֿרענד‟, וואָס איך קען אים נאָך פֿון דער מיטלשול. מיר האָבן זיך שטאַרק ליב, און מיר זעען זיך עטלעכע מאָל אַ וואָך, כאָטש ער וווינט איצט אין אַן אַנדער שטאָט און מע דאַרף פֿאָרן אַ שטיקל מהלך אַהין און צוריק. איך ווייס, אַז ער איז אַ גוטער בחור, אָבער זײַן קאָפּ פֿליט אין דער לופֿטן. ניט לאַנג צוריק איז געווען מײַן געבורטסטאָג, למשל, און ער האָט אין גאַנצן פֿאַרגעסן, ניט געקויפֿט קיין מתּנה, אַפֿילו ניט קיין בלומען. איך האָב זיך אַ ביסל באַליידיקט און איך פֿרעג זיך איצט: אפֿשר האָט ער מיך ניט אַזוי שטאַרק ליב ווי איך האָב געמיינט? אפֿשר זאָל איך ניט טראַכטן וועגן אַ צוקונפֿט צוזאַמען מיט אים? איך וויל בײַ אײַך בעטן אַן עצה.

מיידל מיט ספֿקות


דער ענטפֿער:

טײַער מיידל מיט ספֿקות,

דײַן בחור האָט פֿאַרגעסן דײַן געבורטסטאָג? אויך מיר אַ דאגה! הלוואַי וואָלט מײַן ייִדענע פֿאַרגעסן מײַן געבורטסטאָג, וואָלט זי אויפֿגעהערט מיך צו דערמאָנען ווי אַלט איך בין. נאָך בעסער, ווען איך זאָל אַליין פֿאַרגעסן אין דעם.

זאָלסט וויסן זײַן, מײַן טײַערע, אַז אַ שלעכטער זכּרון איז ניט קיין אומגליק, עס האָט אויך געוויסע מעלות. אַ מאָל האָב איך געדענקט אַלע עוולות, וואָס מענטשן זײַנען באַגאַנגען קעגן מיר: דער האָט מיך ניט באַגריסט, און יענער האָט מיר אָנגעטראָטן אויפֿן לינקן פֿוס, און דער דריטער האָט מיר געגעבן אַ שטופּ, אַז איך בין שיִער ניט געפֿאַלן און ניט געבראָכן האַלדז און נאַקן. אויף אַלעמען האָב איך געטראָגן אַ בייז האַרץ, יעדער איינער האָט מיר געשפּילט אויף די נערוון — ס’איז געווען ניט צו דערלײַדן. אָבער איצט, דאַנקען גאָט, איז מיר בעסער געוואָרן: איך וואַרף נאָך אַלץ אַן אומחן אויף אַנדערע מענטשן, אָבער קיין גרויסע טענות האָב איך ניט, ווײַל איך געדענק ניט פּונקט פֿאַר וואָס.

בכלל איז אַ שוואַכער זכּרון פֿון די מינדסטע פּראָבלעמען. איך וועל דיר ניט דערציילן פֿון מײַנע אַלע צרות, אויף אונדזערע שׂונאים געזאָגט געוואָרן. דער רוקן בייגט זיך, אָבער גלײַכט זיך נישט אויס. די הענט ציטערן, די קני קלאַפּן און קנאַקן, אָבער די פֿיס שלעפּן זיך. דאָס קול מײַנס איז ניט צו דערקענען. די אויערן הערן נישט, די אויגן זעען נישט, און די נאָז שמעקט נישט. דאָס עסן האָט נישט קיין טעם. דער בלוטדרוק איז צו הויך און דאָס בעט איז צו נידעריק.

מײַן ייִדענע שרײַט אויף מיר כּסדר און די שכנים געוואַלדעווען. איך קען ניט זיצן אין דער היים, און ס׳איז אַ סכּנה אַרויסצוגיין אין גאַס. איך שלאָף ניט בײַ נאַכט און וואַך ניט בײַ טאָג. די רעגירונג איז אַ כאָפּטע גנבֿים, זיי שנײַדן פֿון אונדז שטיקער; די שטײַערן גייען אַרויף און די „סאָשל־סעקיוריטי‟ — אַראָפּ. אַ מאָל טראַכט איך, אַז ס׳איז שוין באָו מים עד נפֿש, ערגער קען ניט זײַן. אָבער ניין — ס׳קען אַלע מאָל זײַן נאָך ערגער!

איך וועל דיר נישט לאַנג ברײַען, עס פֿאַרגייט דער אַפּעטיט פֿון הערן אַזעלכע צרות — בעסער נישט אָנהייבן. איין איינציקע טאָכטער האָב איך, איז מײַן מזל, אַז זי האָט ניט בלויז חתונה געהאַט מיט אַ שייגעץ, נאָר דערצו איז ער אַ לא־יוצלח און אַ בטלן — אַ שרײַבער. מיר האָבן זי געבעטן, זי זאָל אים לאָזן גיין, אָפּגטן, נעם די אייניקלעך און אַנטלויף. אָבער זי בלײַבט מיט אים און זאָגט, אַז זי האָט אים ליב. ליבע, — זאָג איך איר — ווי איז דאָס שייך? צי מיינט זי דען ניט, אַז איך האָב ליב געהאַט איר מאַמע, ווען איך בין געווען אַ יונגער שנעק? ווען איך וואָלט דעמאָלט געוווּסט, וואָס איך האָב איצט שוין פֿאַרגעסן, וואָלט איך מיט איר קיין מאָל נישט חתונה געהאַט. הער אַ מעשׂה: איין מאָל האָב איך פֿאַרגעסן אין איר געבורטסטאָג און זי איז געוואָרן מלא־כּעס, מיר קיין מאָל נישט מוחל געווען — איבער אַזאַ נאַרישקייט. זינט דעמאָלט לעבן מיר ווי צוויי קעץ אין איין זאַק: קיין איין טאָג שלום־בית האָבן מיר ניט דערלעבט. און איך זאָל ווינטשן אַזאַ אומגליק אויף מײַן אייגענער טאָכטער? חלילה!

דו וועסט מיר מוחל זײַן, מײַן טײַערע, אָבער איך האָב אין גאַנצן פֿאַרגעסן אין דײַן פֿראַגע. איך קען דיר נאָר געבן אַן עצה, אַז דאָס וואָס דו ווילסט טאָן, זאָלסטו נישט טאָן, און אַלץ וואָס דו טראַכסט, זאָלסטו טאָן פֿאַרקערט. אַזוי פֿיר איך זיך אַ גאַנץ לעבן און עס האָט מיר קיין מאָל ניט געשאַדט, סײַדן, שוין ווידער פֿאַרגעסן…

מיט די בעסטע גרוסן,
דער אַלטער ייִד