צווישן זאַכן, וואָס פֿאַרחידושן אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן נאָכן באַזוכן ישׂראל, איז דער אופֿן ווי די היגע געזעלשאַפֿט נעמט אויף און דריקט אויס די געדאַנקען אָדער געפֿילן, וואָס וואָלטן באַטראַכט געוואָרן ווי „ראַסיסטיש‟, אָדער לכל-הפּחות, נישט „פּאָליטיקלי קאָרעקט‟ — דורך די אַמעריקאַנער ברילן.
און אַזוי ווי איך האָב, לעצטנס, געהאַט אַ קורצע הפֿסקה צו זײַן אַ ביסל ווײַטער פֿון דעם אַלגעמיינעם מיטל-מיזרח, האָב איך באַשלאָסן צו שרײַבן דווקא אויף דער טעמע פֿון ראַסיזם אין ישׂראל.
ראַסיזם איז אַ פֿענאָמען, וואָס נעמט אָן פֿאַרשידענע פֿאָרמען אין יעדער געזעלשאַפֿט. אין דער מערבֿ-וועלט איז שוין בכלל נישט אָנגענעמען צו אַטאַקירן אָדער, חלילה, הרגענען אַ מענטש צוליב ראַסיזם. דעריבער רעדט מען אויך וועגן צוויי אַנדערע פֿאָרמען פֿון ראַסיזם: אַ ווייכער ראַסיזם (casual racism), וואָס לאָזט זאָגן וואָס מען וויל, אַבי קיינער הערט נישט; און סטרוקטורעלן ראַסיזם, וואָס מיינט, ווי די געזעלשאַפֿט איז געבויט געוואָרן, כּדי צו באַשיצן די אינטערעסן פֿון דער מערהייט.
צום בײַשפּיל, אַמעריקע איז די קעניגרײַך פֿון סטרוקטורעלן ראַסיזם: אַז אַ ווײַסער רײכערט מאַריכואַנע, ווערט ער דעפֿינירט, ווי אַ בחור, וואָס מאַכט אַ נאַרישן עקספּערימענט; אַז אַ שוואַרצער רייכערט די זעלבע מאַריכואַנע, זעצט מען אים אײַן אין תּפֿיסה, און נאָכדעם קען ער נישט געפֿינען קיין פּרנסה, ווײַל ער איז אַ „פֿאַרברעכער‟.
ישׂראל איז, דער עיקר, אַ מדינה פֿון ווייכן ראַסיזם. דער עבֿרית־רעדער האָט געדאַרפֿט צוקומען צו ענגליש, באָרגן פֿון דעם באַגריף „פּאָליטיקלי קאָרעקט‟, ווײַל מען האָט אים פּשוט נישט אין עבֿרית. דאָס שאָקירט טאַקע אַזוי פֿיל אַמעריקאַנער ייִדן. אין אַמעריקע איז זייער שווער צו רעדן וועגן די פּראָבלעמען, וואָס עקזיסטירן צווישן פֿאַרשידענע מינדערהייטן, ווײַל מען איז גלײַך חושד, אַז דער צד־שכּנגד וויל זאָגן עפּעס ראַסיסטישס. אין ישׂראל איז פֿאַרשפּרייט צו רעדן וועגן די פֿאַרשידענע מינדערהייטן (און אַלע ישׂראלים זײַנען „מיטגלידער‟ אין אַזאַ צי אַנדערער מינדערהייט).
וואָס איז אפֿשר אַ ביסל באַרעכטיקט אין אַזאַ סיסטעם איז, אַז אַלע ישׂראלים זײַנען גלײַך. פּונקט ווי מען מאַכט חוזק פֿון די מאַכמעדאַנישע מיידלעך, וואָס האָבן אין לעבן נישט געהערט פֿון כידזשאַב ביז זיי האָבן געדאַרפֿט חתונה האָבן מיט אַ בחור פֿונעם דאָרף, זאָגט דער עולם אויך, אַז די פּוילישע פֿרויען זײַנען הומאָרלאָז און קאַלט אין בעט; און אַז די רומענישע ווײַבער זײַנען די „אייראָפּעיִשע מיזרחניקעס‟; אַז עס גייט שווער מיט די מאַראָקאַנישע פֿרויען, און אַז יעקעס זײַנען תּמיד זייער יעקיש.
איך פּערזענלעך, ווי אַן אַמעריקאַנער עולה, קען זאָגן, אַז איך האָב פֿון לאַנג אָנגעהויבן צו פֿאַרלירן דעם חוש פֿון דעם, וואָס איז טאַקע נישט אָנגענעמען צו זאָגן אין די אַמעריקאַנער קרײַזן. איין זאַך איז צו זאָגן, אַז די אַראַבישע אַרמייען זײַנען נישט גוט אָרגאַניזירט, און גאָר אַן אַנדערן צו זאָגן — „איך האָב מער מורא פֿאַר איראַן, ווי פֿאַר די אַראַבער, ווײַל די פּערסן זײַנען קלוג‟.
דער סטרוקטורעלער ראַסיזם אין ישׂראל איז אַן אינטערעסאַנטע טעמע, ווײַל די ישׂראלים, לויט מײַן דערפֿאַרונג, פֿאַרשטייען נישט, אַז דאָס מיינט טאַקע ראַסיזם. די ישׂראלים האָבן אַ מין אָבסעסיע מיטן „זײַן ווי די אַנדערע‟, נישט נאָר וואָס שייך זיך אַליין, נאָר אויך אין דעם, וואָס זיי זוכן אין אַנדערע, אין די „צוגעקומענע‟ מחותּנים, חתנים, כּלות, אָדער נײַע אַרבעטער. דאָס הייסט, אַז די אַראַבער (און אויך דרך-אַגבֿ, די חרדים) קענען גיין אויף אַן אינטערוויו און צום סוף, נישט קריגן די אַרבעט נאָר צוליב דער דאגה, ווי אַזוי זיי וועלן זיך אַרײַנפּאַסן צווישן די „פֿרעמדע‟.
לעצטנס, קען מען נישט רעדן וועגן ראַסיזם אין ישׂראל אָן דעם זאָגן כאָטש אַ פּאָר ווערטער וועגן די צווישן־באַציִונגען פֿון די אַשכּנזישע און מיזרחישע עדות.
אין קורצן, שטאַמען די אונטערשיידן צווישן די אַשכּנזישע און מיזרחישע עדות נאָך פֿון די 1950ער יאָרן. די אײַנגעזעסענע אַשכּנזים זײַנען געקומען אין ישׂראל אַליין, ווי חלוצים; און די מיזרחישע זײַנען אָנגעקומען מיט זייערע גאַנצע משפּחות, דורך מאַסן־עליות. ס‘רובֿ פֿון זיי זײַנען געווען אָן בילדונג, אָדער מיט אַ בילדונג, וואָס איז נישט געווען פּאַסיק פֿאַר דער ישׂראלדיקער עקאָנאָמיע.
דער עקאָנאָמישער אונטערשייד הײַנט ווערט ווידער גרעסער, אָבער דאָס איז, דער עיקר, צוליב גרעסערע אונטערשיידן צווישן די אָרעמע און רײַכע. אינעם טאָג-טעגלעכן לעבן, זענען אַרום אַ העלפֿט פֿון אַלע חתונות „געמישטע‟. סיכסוכים אַרום דער „עטנישער פֿראַגע‟ ווערן בדרך־כּלל געפֿירט אין די חרדישע קרײַזן, וווּ ראַסיזם גייט אָן מיטן פֿולן ברען, און צווישן פּאָליטיקער.
איך וואָלט פֿאַרסך-הכּלט די סיטואַציע אַזוי: ראַסיזם אָדער פֿאָראורטיילן, ווי אַ רעזולטאַט פֿון רײַבונגען צווישן גרופּעס, שווימט טאַקע אָפֿטער אויף אין ישׁראל, אָבער מיר אַכט זיך, אַז נאָך דעם קולטורעלן שאָק מוז מען מודה זײַן, אַז ראַסיזם אין אַמעריקע, וואָס אַלע לייקענען אים אָפּ אָדער פֿאַרדאַמען, האָט געשלאָגן טיפֿערע וואָרצלען, און פֿאַרסמט די לופֿט מער ווי אַ מיטלמעסיקער ישׂראלי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.