דאָס 19טע יאָרהונדערט איז געװען די תּקופֿה פֿון נאַציאָנאַלער אױפֿװעקונג בײַ גרױסע און קלײנע פֿעלקער. דאָס איז אױך געװען די בלי־צײַט פֿון דער פֿילאָלאָגישער װיסנשאַפֿט, װען די נאַציאָנאַלע אינטעליגענץ האָט זיך מיט ברען אָפּגעגעבן מיטן זוכן אײגענע קולטורעלע װאָרצלען אין אַלטע ביכער און כּתבֿ־ידן. עס איז װײַט ניט צופֿעליק, װאָס בער באָראָכאָװ, דער גרינדער פֿון פּועלי־ציוניזם און דער גײַסטלעכער זײדע פֿון מדינת־ישׂראל, איז אױך געװען אַ פֿאָטער פֿון דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע, װי אַ נאַציאָנאַלע װיסנשאַפֿט.
די קראָים זײַנען געװען אַ קלײן פֿאָלק, אָבער פֿאַרמאָגט האָבן זײ אַ ריזיקע היסטאָרישע פֿיגור, װאָס האָט זײ געגעבן אַ קולטורעלע און עטנישע אידענטיטעט. זײַן נאָמען איז געװען אַבֿרהם בן ר׳ שמואל פֿירקאָװיטש, אָדער אבן־רשף (1787–1874). זײַן לאַנג לעבן איז געװען פֿול מיט שפּאַנענדיקע אַװאַנטורעס און מערקװירדיקע אױפֿטוען, װאָס װערן פּרטימדיק געשילדערט אין זײַן נײַער ביאָגראַפֿיע פֿונעם פּעטערבורגער היסטאָריקער װסעװאָלאָד װיכנאָװיטש.
פֿירקאָװיטש איז געבױרן געװאָרן אין אַן אָרעמער משפּחה אין דער שטאָט לוצק אין װאָלין, װוּ פֿון מיטלאַלטער אָן האָט געלעבט אַ קלײנע קאַראַיִמישע קהילה. קײן װאָגיקע רעליגיעזע דערציִונג האָט ער ניט באַקומען. צו צװאַנציק יאָר האָט ער חתונה געהאַט און באַקומען אַ מיל פֿאַרן נדן. שױן װי אַ טאַטע פֿון קינדער האָט ער זיך גענומען שטודירן אַלטע ספֿרים, װאָס ער האָט געפֿונען אין דער אָרטיקער כּנסה, דער קראָים שיל.
צו יענער צײַט איז סײַ די פּױלישע אוקראַיִנע און סײַ דער טערקישער האַלב־אינדזל קרים פֿאַרכאַפּט געװאָרן דורך דער רוסישער אימפּעריע. אַזױ זײַנען די קראָים, אין אײנעם מיט די ייִדן, געװאָרן אונטערטאַנערס פֿון דער רוסישער אימפּעריע. לכתּחילה האָט דאָס רוסישע מלכות ניט געמאַכט קײן חילוק צװישן ייִדן און די קראָים. װען אין 1827 האָט דער צאַר ניקאָלײַ באַשלאָסן צו רעקרוטירן די ייִדן אין דער רוסישער אַרמײ, זײַנען די קראָים געװאָרן באַזאָרגט. זײערע דעפּוטאַטן האָבן דערקלערט דער רעגירונג, אַז זײער גלױבן איז ניט קײן ייִדישע, װײַל זײ האַלטן ניט בײַ דער תּורה־שבעל־פּה, בלױז שבכּתבֿ. זײ האָבן געטענהט, אַז זײ האָבן אַ באַזונדערע שיטה, װאָס האָט זיי געמאַכט אָפּגעטײלט פֿון די ייִדן נאָך אין די אוראַלטע צײַטן.
די דאָזיקע טענה האָט געהאָלפֿן, און די צאַרישע רעגירונג האָט באַפֿרײַט די קראָים פֿונעם דינען אין דער אַרמיי, אָבער מען האָט בײַ זײ געבעטן צוצושטעלן דאָקומענטאַלע באַװײַזן. די דאָזיקע אױפֿגאַבע האָט אױף זיך גענומען פֿירקאָװיטש. ער האָט געמאַכט עטלעכע רײַזעס קײן קרים און קאַװקאַז, באַזוכט טערקײַ, ארץ־ישׂראל און מצרים. אומעטום האָט ער געזוכט אַלטע ביכער און כּתבֿ־ידן. צומאָל האָט ער זײ געקױפֿט, צומאָל געבאָרגט, און צומאָל באַקומען װי „מתּנות‟. מיט זײַנע אַנטדעקונגען האָט ער זיך קונה־שם געװען אין דער גאַנצער אַקאַדעמישער װעלט. ער האָט אָנגעזאַמלט די רײַכסטע קאָלעקציע פֿון העברעיִשע מאַנוסקריפּטן, װאָס פֿאַרמאָגט ספֿרי־תּורה און מגילות פֿון נבֿיאים זינט דעם צענטן יאָרהונדערט.
אױפֿן סמך פֿון די דאָזיקע טעקסטן און אַרכעאָלאָגישע באַשרײַבונגען פֿון אַלטע מצבֿות האָט פֿירקאָװיטש געטענהט, אַז די קראָים זײַנען אַן אַנדער פֿאָלק פֿון ייִדן. ניט נאָר װאָס זײ האַלטן ניט פֿונעם תּלמוד; זײ טײלן זיך אױס פֿון ייִדן דורכן בעסערן לעבנס־שטײגער. זײ זײַנען אַ פֿאָלק פֿון „אַ מוסטערהאַפֿטיקער ערלעכקײט, גוטער אױפֿפֿירונג און רויִקן כאַראַקטער.‟ ער האָט אַפֿילו געבעטן, אַז דער צאַר זאָל זײ שענקען דעם סטאַטוס פֿון אַדל. דאָס האָבן זײ ניט באַקומען, אָבער די רעגירונג האָט זײ אױפֿגעהערט צו רופֿן „ייִדן־קראָים‟. אַנשטאָט דעם האָבן זײ באַקומען דעם אָפֿיציעלן נאָמען „רוסישע קראָים‟. און דאָס האָט אױך געהײסן, אַז די קראָים האָבן מער ניט געליטן פֿון די כּלערלײ אַנטי־ייִדישע געזעצן.
פֿירקאָװיטשעס זאַמלונג האָט ניט נאָר געהאָלפֿן די קראָים אַרויסצובאַקומען גלײַכע רעכט מיט קריסטן, אָבער אױך געבראַכט אים עשירות. ער האָט פֿאַרקױפֿט זײַן אוניקאַלע קאָלעקציע דער אימפּעראַטאָרישער ביבליאָטעק אין פּעטערבורג פֿאַר דער ריזיקער סומע פֿון 125 טױזנט רובל (דער יערלעכער בודזשעט פֿון דער גאַנצער ביבליאָטעק איז דעמאָלט געװען ניט מער װי צען טױזנט). די צרות האָבן זיך אָנגעהױבן שפּעטער, שױן נאָך זײַן טױט. מען האָט אים חושד געװען אין פֿעלשן געװיסע אױפֿשריפֿטן און ענדערן די דאַטעס אױף מצבֿות, כּדי צו באַװײַזן, אַז די קראָים האָבן געװױנט אין קרים זינט דער תּקופֿה פֿון פּרס ומדי. און דער שאַרפֿסטער קריטיקער זײַנער איז געװען דער ייִדישער היסטאָריקער און שפּראַך־פֿאָרשער אַבֿרהם הרכּבֿי.
הרכּבֿי האָט געפֿירט זײַן סיכסוך קעגן דניאל כװאָלסאָן, דער פּראָפֿעסאָר פֿון אָריענטאַליסטיק אינעם פּעטערבורגער אוניװערסיטעט. כװאָלסאָן, אַ געשמדטער ייִד, האָט געבױט זײַן אַקאַדעמישע קאַריערע אױפֿן סמך פֿון פֿירקאָװיטשעס קאָלעקציע. הרכּבֿי האָט ספּעציעל באַמערקט, אַז פֿירקאָװיטשעס טעטיקײט „האָט געהאַט דעם צוועק צו קאָמפּראָמעטירן מײַנע אמונה־ברידער, און האָט זײ אָנגעטאָן אַ סך שאָדן.‟ אַזױ אַרום האָט דער גאַנצער ענין באַקומען אַ פּאָליטישן אַספּעקט, הגם ס‘רובֿ דאָקומענטן פֿון פֿירקאָװיטשעס זאַמלונג זײַנען בלי–ספֿק עכטע, און אַ דאַנק זײַן מי, פֿאַרמאָגט די רוסישע עפֿנטלעכע ביבליאָטעק אײנע פֿון די סאַמע רײַכסטע זאַמלונגען פֿון העברעיִשע מאַנוסקריפּטן און אַלטע ספֿרים.
פֿירקאָװיטשעס טעטיקײט האָט געהאַט ניט בלױז היסטאָריש־פֿילאָלאָגישע פּועל־יוצאס. אים האָט זיך אײַנגעגעבן צו איבערצײַגן אי די רוסישע קראָים (אָבער ניט די קראָים אין אַנדערע לענדער), אי די רוסישע מאַכט, אַז די קראָים האָבן ניט קײן שײַכות צו ייִדן, און אַז זײ זײַנען „רײנער‟ און „בעסער‟. דאָס האָט אינעם לעצטן סך־הכּל זײ געראַטעװעט פֿונעם חורבן, װײַל די דײַטשישע „ראַסן–פֿאָרשער‟ האָבן אױך געגלייבט אין דער דאָזיקער טעאָריע. אָבער פֿון דער גאַנצער עדה זײַנען הײַנט פֿאַרבליבן אין מיזרח־אײראָפּע בלױז געצײלטע יחידים, און דער שבֿט פֿון „רוסישע קראָים‟ האָט זיך צעשמאָלצן אינעם ים פֿון אומות־העולם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.