בעת דער 86סטער אויסטיילונג פֿון די „אַקאַדעמיע־פּרעמיעס‟ דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק, האָט אַ פֿילם וועגן דער געשיכטע פֿון אַ ייִדישער פֿרוי אין טערעזין געוווּנען אַן „אָסקאַר‟ אין דער קאַטעגאָריע פֿון „בעסטער קורצער דאָקומענטאַר־פֿילם‟.
דער פֿילם, The Lady in No. 6: Music Saved My Life (די פֿרוי אין נומער 6: מוזיק האָט מיך געראַטעוועט) דערציילט די געשיכטע פֿון אַליס הערץ־סאָמער, אַ 110־יאָריקער פּראָג־געבוירענער קאָנצערט־פּיאַניסטקע, וואָס איז דעפּאָרטירט געוואָרן קיין טערעזין, אָבער איז געבליבן לעבן, אַ דאַנק איר פּיאַנע־שפּילן פֿאַר די נאַצי־וועכטער.
פֿרוי הערץ־סאָמער האָט אָבער נישט דערלעבט צו זען, אַז דער פֿילם וועגן איר האָט געוווּנען אַן „אָסקאַר‟; זי איז ניפֿטר געוואָרן אַ וואָך פֿאַר דער צערעמאָניע.
בײַם אָננעמען די פּרעמיע האָט דער רעזשיסאָר, מאַלקאָם קלאַרק, געלויבט דער פֿרוי הערץ־סאָמערס „אויסערגעוויינטלעכע פֿעיִקייט הנאה צו האָבן פֿונעם לעבן און מוחל צו זײַן אַנדערע… זי האָט אונדז אַלעמען געלערנט ווי צו זײַן מער אָפּטימיסטיש.‟
אַ צווייטער ייִדישער געווינער בײַ די „אָסקאַרס‟ איז געווען דער ישׂראלדיק־אַמעריקאַנער פּראָדוצירער — אַרנון מילכן, אַ געוועזענער אויסשפּיר־אַגענט פֿון דער ישׂראלדיקער פּראָגראַם פֿון נוקלעאַרע וואָפֿנס. ער איז געווען איינער פֿון זיבן פּראָדוצירער פֿונעם פֿילם, וואָס האָט געוווּנען דעם „אָסקאַר‟ פֿאַרן בעסטן פֿילם פֿון יאָר: Twelve Years a Slave, אַ היסטאָרישע דראַמע וועגן אַ שוואַרצן ניו־יאָרקער, וועלכער איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן בעת אַ וויזיט אין וואַשינגטאָן אין 1841 און פֿאַרקויפֿט געוואָרן אין שקלאַפֿערײַ.
דער מעקסיקאַנער ייִדישער קינאָמעטאָגראַף עמנואל לובעזקי (געבוירן עמנואל לובעזקי־מאָרגענשטערן), האָט געוווּנען אין דער קאַטעגאָריע פֿון „בעסטער קינאָמעטאָגראַפֿיע‟ פֿאַר דער שפּאַנענדיקער קאָסמאָס־דראַמע Gravity (שווערקראַפֿט).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.