דער געטאָ-דענקמאָל אין וואַרשע האָט אינספּירירט די טעאַטער־פֿאָרשטעלונג, וואָס האָט אַ גרויסן דערפֿאָלג אין דער וועלט. די פֿאָרשטעלונג הייסט “אבנים”, אָדער שטיינער. דער טעאַטער הייסט “אורתו-דה” (אָרטאָ-דאַ). ער געפֿינט זיך אין תּל-אָבֿיבֿ.
דער רעזשיסאָר און אַקטיאָר ינון צפֿריר (אינאָן צאַפֿריר), וואָס איז געווען שטאַרק באַאײַנדרוקט פֿון נתן ראַפּאָפּאָרטס דענקמאָל, האָט געבראַכט מרדכי אַנילעוויטשן און די אַנדערע פֿינף געשטאַלטן פֿונעם דענקמאָל צוריק צום לעבן אויף דער בינע.
מיר זעען, ווי אַנילעוויטש קעמפֿט מיט זײַנע חבֿרים אין וואַרשעווער געטאָ. לויטן סיפּור־המעשׂה פֿון דער פּיעסע אָבער, איז ער ניצול געוואָרן. ער פֿאָרט קיין ארץ־ישׂראל און קעמפֿט אין דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה. דורך זײַנע אויגן זעען מיר די ישׂראל־געשיכטע ביזן הײַנטיקן טאָג.
דער ספּעקטאַקל ווערט געשפּילט דורך זעקס אַקטיאָרן, וואָס זעען אויס ווי די סקולפּטורן פֿונעם דענקמאָל. ס’איז אַ פּיעסע מיט מוזיק, אָבער אָן ווערטער. די פֿאָרשטעלונג איז אַ סינטעז פֿון טאַנץ און טעאַטער, פּאַנטאָמימע און סקולפּטור.
די יונגע אַקטיאָרן האָבן געשפּילט די פּיעסע אין בעלגיע, האָלאַנד, פּאָרטוגאַל, שפּאַניע, בראַזיל, קראָאַטיע, כינע, רוסלאַנד, לוקסעמבורג, ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך און אַמעריקע. אין שפּאַניע האָט די פּיעסע געוווּנען דעם CIUDAD RODRIGO פּריז; אין קראָאַטיע האָט דער טעאַטער באַקומען דעם פּריז פֿאַרן בעסטן ספּעקטאַקל אינעם PUF — אַ פֿעסטיוואַל, וווּ עס קומען זיך צונויף די בעסטע ליאַלקע-טעאַטערס פֿון דער וועלט.
דער ספּעקטאַקל הייסט “שטיינער”, ווײַל די שטיינער פֿונעם געטאָ-דענקמאָל האָט ראַפּאָפּאָרט געבראַכט פֿון שוועדן. די שטיינער האָט מען צוגעגרייט פֿאַר היטלערס נצחון־דענקמאָל אין דער צווייטער וועלט־מלחמה. נאָך היטלערס מפּלה זענען זיי געבליבן אין שוועדן אָן אַ קונה. די שטיינער, וואָס האָבן געדאַרפֿט גלאָריפֿיצירן דעם נאַצישן נצחון, האָבן נאָך אַלעמען פֿאַראייביקט די גבֿורה פֿון די ייִדישע געטאָ-קעמפֿער. ינון צפריר האָט דערפֿאַר באַשלאָסן, אַז “שטיינער” איז אַ פּאַסיקער טיטל פֿאַר זײַן דראַמאַטישער שאַפֿונג.
דער ייִדישער מוזיי אין וואַרשע האָט אַ נײַעם דירעקטאָר, דאַריוש סטאָלאַ, אַ היסטאָריקער און אַ מיטגליד פֿון דער פּוילישער אַקאַדעמיע פֿאַר וויסנשאַפֿט. סטאָלאַ האָט אַ סך געשריבן וועגן פּוילישער געשיכטע בכלל און ייִדישער פּוילישער געשיכטע בפֿרט. צווישן אַנדערע פֿאָרשונגען, האָט ער אָנגעשריבן אַ בוך מיטן טיטל “די אַנטי-ציוניסטישע קאַמפּאַניע אין פּוילן 1968-1967”; און “האָפֿענונג און חורבן” וועגן איגנאַץ שוואַרצבאַרט, אַ ייִדישער מיטגליד פֿון דער פּוילישער רעגירונג אין לאָנדאָן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
סטאָלאַ האָט געשריבן אויך וועגן דער אַלגעמיינער פּוילישער געשיכטע, ווי למשל, אַ בוך מיטן טיטל “פֿון פּילסודסקי צו וואַלענסאַ”, און אַן אַנדער בוך, געווידמעט דעם קורצן קאָמוניסטישן ווירטשאַפֿט־וווּנדער, “די פֿינאַנצן פֿון די גאָלדענע גיערעק־יאָרן”.
„די ייִדישע געשיכטע אין פּוילן איז פּונקט אַזוי אַלט, ווי די פּוילישע געשיכטע, זאָגט סטאָלאַ. — ביידע האָבן אָנגעהויבן כּמעט אין דער זעלבער צײַט. מיר קענען נישט רעדן וועגן דער פּוילישער געשיכטע, נישט נעמענדיק אין באַטראַכט די פּוילישע ייִדן; און מיר קענען נישט רעדן וועגן דער ייִדישער געשיכטע, נישט נעמענדיק אין באַטראַכט פּוילן.
„די פּוילישע און פּויליש-ייִדישע געשיכטע זענען געקניפּט און געבונדן, — זאָגט ער, — פֿון צײַט צו צײַט קומט עס צו דעבאַטעס און מחלוקתן וועגן דער אינטערפּרעטאַציע פֿון געוויסע היסטאָרישע געשעענישן צווישן ייִדן און פּאָליאַקן, אָבער דאָס איז אַ סימן, אַז אונדזערע בשותּפֿותדיקע געשיכטע לעבט. אַ סך ערגער וואָלט געווען, ווען די ייִדן און פּאָליאַקן וואָלטן זיך אין גאַנצן נישט אינטערעסירט מיט דער טעמע‟, באַטאָנט דער נײַער דירעקטאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.