לאַרי עליסאָן, דער מיטגרינדער און אויספֿיר־פֿאַרוואַלטער פֿון דער קאָמפּיוטער־פֿירמע „אָראַקל‟, בלײַבט דער רײַכסטער ייִד אין דער וועלט. לויט דער יערלעכער רשימה פֿון די וועלט־מיליאַרדערן פֿאַרן יאָר 2014 אינעם זשורנאַל „פֿאָרבס‟, געפֿינט זיך עליסאָן אויפֿן פֿינפֿטן אָרט צווישן די גרעסטע גבֿירים.
מאַרק צוקערבערג, דער הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿונעם „פֿייסבוק‟, פֿאַרנעמט אין דער רשימה דאָס 21סטע אָרט. דער זשורנאַל האָט אים אָבער באַצייכנט ווי דעם „גרעסטן דאָלאַר־קריגער‟, ווײַל זײַן קאַפּיטאַל איז אַרויפֿגעשפּרונגען פֿון 15.2 ביז 28.5 מיליאַרד דאָלאַר. צוויי פֿון די צען גרעסטע עשירים זענען ייִדן: עליסאָן, מיט זײַן קאַפּיטאַל פֿון 48 מיליאַרד, און דער קאַזינאָ־מאַגנאַט שעלדאָן איידעלסאָן, מיט 38 מיליאַרד, וועלכער שטייט אויפֿן 8טן אָרט.
די ליסטע איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן מאָנטיק, דעם 3טן מאַרץ. בסך־הכּל, זענען אין דער וועלט פֿאַראַן, לויטן זשורנאַל „פֿאָרבס‟, 1,645 מיליאַרדערן — אויף 219 מער, ווי אינעם יאָר 2013. 18 מענטשן אין דער רשימה זענען ישׂראלים. אַ צאָל פֿון די נײַע פּערזאָנען זענען ייִדן פֿון אַנדערע לענדער, אַרײַנגערעכנט שעריל סענדבערג, די הויפּט־אָפּעראַטיווע דירעקטאָרין פֿונעם „פֿייסבוק‟; די שוועסטער ערין און דזשיין לאַודער, די יורשים פֿון עסטי לאַודערס קאָסמעטיק־פֿירמע, און די טעכטער פֿון ראָנאַלד לאַודער, דער פּרעזידענט פֿונעם „ייִדישן וועלט־קאָנגרעס‟.
אין שפּיץ פֿון דער „פֿאָרבס‟־פּיראַמידע שטייט ביל גייטס, דער געוועזענער הויפּט־פֿאַרוואַלטער און פֿאָרזיצער פֿון „מײַקראָסאָפֿט‟, מיט זײַן קאַפּיטאַל פֿון 76 מיליאַרד דאָלאַר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.