אין דער מערבֿדיקער פּרעסע, ווערט קובאַ אָפֿט געשילדערט ווי אַ „קאָמוניסטישע מלוכה‟. אַ סך אַמעריקאַנער שטעלט זיך פֿאָר, אַז דאָרטן מוז הערשן אַ קאַזאַרמע־אָרדענונג מיט אַ גאָר שטרענגער דיסציפּלין. אין דער אמתן, אין פֿאַרגלײַך מיטן ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ די פּאַרטיי־אידעאָלאָגן האָבן געדרשנט, אַז ס׳האָט זיך זיי, כּלומשרט, אײַנגעגעבן צו שאַפֿן „אַן אַנטוויקלטן סאָציאַליזם‟, האָט די קובאַנער קאָמוניסטישע פּאַרטיי קיינמאָל נישט געגלייבט, אַז אַלץ אין איר לאַנד איז כּשר־וישר, לויט דער סאָציאַליסטישער טעאָריע. הגם די קובאַנער רעגירונג האָט דערקלערט, אַז זי האָט דורכגעפֿירט אַ סאָציאַליסטישע רעוואָלוציע, האָט עס למעשׂה געמיינט, אַז זי באַקעמפֿט קאַפּיטאַליזם און פּרוּווט צו פֿאַרווירקלעכן די פּרינציפּן פֿון סאָציאַליזם — לאַוו־דווקא מיט אַ גרויסן דערפֿאָלג.
אַ טייל קריטיקער באַשרײַבן קובאַ ווי אַ „פּאָליציי־מלוכה‟. עס קאָן זײַן, אַז אין קאָנטראַסט מיט געוויסע אַנדערע לענדער, זעט עס טאַקע אויס אַזוי, אָבער זיכער נישט אין פֿאַרגלײַך מיט די שטרענגע זיכערהייט־כּוחות פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. למשל, אינעם קובאַנער פֿליפֿעלד אַרבעטן זאָרגלאָזע לוסטיקע יונגע פֿרויען און עס הענגט אַ גרויסע אויפֿשריפֿט „ברוכים הבאָים‟ אויף עטלעכע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט רוסיש. קיין רענטגען־מאַשינען, פֿינגער־אָפּדרוקן און אַנדערע חידושים, וועלכע האָבן זיך באַוויזן אין די אַמעריקאַנער עראָפּאָרטן נאָכן עלעפֿטן סעפּטעמבער, זענען דאָרטן נישטאָ.
להיפּוך, אויפֿן וועג צוריק קיין ניו־יאָרק, האָב איך באַמערקט, אַז די אומפֿרײַנדלעכע אַמעריקאַנער גרענעץ־לײַט „באַגריסן‟ די פּאַסאַזשירן, אַפֿילו אויף דער מער־ווייניק רויִקער קאַנאַדישער יבשה־גרענעץ, מיט אויסטערלישע קשיאות און אַ וואָרענונג אויף דער וואַנט, לויט וועלכער די פּאָליציי האָט דאָס רעכט פֿאַרהאַלטן וועמען מע וויל, קאָנפֿיסקירן אַלע חפֿצים און אַרײַנקוקן אין אַלע עלעקטראָנישע מכשירים.
אַן אַנדער אילוסטראַציע פֿון דעם, ווי אַזוי די קובאַנער פּאָליציי זאָרגט זיך נישט צו שטרענג וועגן די געזעצן, האָב איך דערזען אינעם סאַמע צענטער פֿון האַוואַנע, וווּ אַ פּאָר מענטשן האָבן אָפֿענערהייט פֿאָרגעלייגט מאַריכואַנע. איינער פֿון זיי האָט עס אַליין גערייכערט, די קונים זאָלן שוין פֿון דער ווײַטנס דערשמעקן די סחורה. אַוודאי, איז עס אומלעגאַל. עס זעט אָבער אויס, אַז די קובאַנער פּאָליציי זאָרגט זיך, דער עיקר, בלויז וועגן גרויסע גוואַלד־פֿאַרברעכנס.
איז פּראָסטיטוציע אין קובאַ אומגעזעצלעך, אַזוי ווי אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן? אויף די רעאַלע האַוואַנער גאַסן איז שווער צו באַמערקן וועלכע־ניט־איז באַגרענעצונגען אין דעם-אָ געביט. פֿאַרקערט, אַפֿילו גייענדיק בײַטאָג אויף דער גאַס, צוזאַמען מיט מײַן פֿרוי, האָב איך צוגעצויגן דעם אויפֿמערק מצד די פֿאָרשטייערינס פֿון דער „עלטסטער פּראָפֿעסיע‟. מיט אַ צענדליק יאָר צוריק, האָט מען געפֿרעגט פֿידעל קאַסטראָ, צי ס׳איז אמת, אַז אין קובאַ טרעפֿן זיך פֿרויען מיט אוניווערסיטעט־דיפּלאָמען, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט פּראָסטיטוציע. זײַענדיק אַ מענטש מיט אַ גוטן חוש פֿון הומאָר, האָט קאַסטראָ געענטפֿערט, אַז, אַדרבה, דאָס איז אַ סימן, אַז די זונות אין זײַן לאַנד האָבן דערגרייכט אַן אוניווערסיטעט־מדרגה. למעשׂה, איז די פּערזענלעכע פּראָסטיטוציע אין קובאַ פֿאַקטיש לעגאַל, אָבער די אָרגאַניזירטע — ברייט פֿאַרשפּרייט, אָבער פֿאַרווערט.
דאָס זענען בלויז אַ פּאָר בײַשפּילן פֿון כּלערליי לעגאַלע און אומלעגאַלע געשעפֿטן, דורך וועלכע די תּושבֿים פֿון האַוואַנע פּרוּוון אויסנאַרן דאָס געלט פֿון די טוריסטן. סתּם שנאָרערײַ בליט איבעראַל אין דער קובאַנער הויפּטשטאָט, אַרײַנגערעכנט די שיל, וווּ צוויי שנאָרער האָבן מיר געפּרוּווט צו פֿאַרקויפֿן בשותּפֿות — שבת בײַטאָג — אַ כּלומרשט אוניקאַל און גאָר טײַער בוך וועגן די קובאַנער ייִדן. איין שנאָרער האָט מיר געוויזן דאָס בוך אויף דער גאַס — אַגבֿ, רעדנדיק אויף אַ גוטן ליטעראַרישן ייִדיש — און דער צווייטער האָט געוואַרט אין דרויסן, האָפֿנדיק מיך איבערצײַגן צו קויפֿן זײַן חבֿרס בוך.
אַ צופֿעליקע פֿרוי האָט אונטערגעהערט אונדזער שמועס אויף דער גאַס מיט אַ יונג פּאָרפֿאָלק. זי האָט געמאָלדן, אַז זי אַרבעט, כּלומרשט, אינעם זעלבן האָטעל, וווּ מיר זענען אײַנגעשטאַנען, און פֿאָרגעלייגט די בעסטע סיגאַרן, וואָס ווערן פּראָדוצירט, לויט אירע ווערטער, מיט אַן אָפֿיציעלער ברכה פֿונעם פּרעזידענט ראַול קאַסטראָ. די פֿרוי האָט אונדז אַרײַנגעפֿירט אין אַ קעלער, וווּ אַ פּאָר שווינדלער שלאָגן פֿאָר אַליין־געמאַכטע סיגאַרן מיט פֿאַלשע עטיקעטקעס פֿאַר משוגע־הויכע פּרײַזן. זי האָט הומאָריסטיש אָפּגעשאַצט אונדזער סאַרקאַסטישע רעאַקציע און אויסגעשריגן „בראַוואָ!‟.
דער סוד פֿונעם אומגעזונטן אינטערעס צו די טוריסטן באַשטייט אין דעם, וואָס אין קובאַ זענען פֿאַראַן צוויי מינים וואַלוטע: די אָרטיקע און די קאָנווערטירלעכע פּעסאָ. די טוריסטן טאָרן זיך נישט באַנוצן מיטן אינערלעכן געלט; די קובאַנער קאָנען אָבער אויסטוישן איין קאָנווערטירלעכן פּעסאָ אויף 24 אָרטיקע. למשל, אַ ליטער־פֿלאַש פֿון זייער אַ גוטן בראָנפֿן קאָסט אומעטום אין די מלוכישע קראָמען 2.11 פּעסאָ — אַ ביסל מער ווי 2 דאָלאַר. פֿאַר אַן אויסלענדער איז עס אַ גוטער פּרײַז. אויב אַ קובאַנער באַקומט אַזאַ סומע געלט פֿון אַן אויסלענדער, קאָן ער עס אויסטוישן אין אַ באַנק און קויפֿן 24 פֿלעשער בראָנפֿן אָדער אַנדערע מינים סחורה, וואָס אין אַמעריקע וואָלט געקאָסט מער ווי 50 דאָלאַר. צוליב אַזאַ סיסטעם, איז דאָס האַנדלען מיט טוריסטן גאָר פּאָפּולער; אַ טאַקסיסט קאָן אין עטלעכע מינוט פֿאַרדינען פֿאַקטיש אַן עקוויוואַלענט פֿון אַ פֿערטל טויזנט דאָלאַר, הגם אין אויסלאַנד טויגט די אינערלעכע קובאַנער וואַלוטע אויף כּפּרות.
וואָס שייך סאָציאַליזם, זענען אַלע מעדיצינישע דינסטן און בילדונג אין קובע אינגאַנצן אומזיסט. אַחוץ די שׂכירות, באַקומען אַלע בירגער ראַציאָן־קאַרטלעך, וואָס פֿאַרזיכערן, אַז קיינער זאָל נישט בלײַבן הונגעריק. אַחוץ דעם שפּײַז, קאָן מען אויף זיי אויך קויפֿן טאַבעק־פּראָדוקטן, קעראָסין אָדער גאַז פֿאַרן קיך־אויוון, לעמפּלעך און אַנדערע שטוב־באַדערפֿענישן. כּמעט קיינער איז נישט אַרבעטלאָז, ווײַל די רעגירונג באַזאָרגט אַלעמען אויף אַן עפֿעקטיוון אופֿן מיט אַרבעט־ערטער. דאָס דירה־געלט, טראַנספּאָרט און אַנדערע נייטיקע באַדערפֿענישן קאָסטן גאָר ווייניק. ס׳רובֿ קראָמען זענען מלוכישע, וווּ די פּראָדוקטן ווערן אומעטום פֿאַרקויפֿט פֿאַר דעם זעלבן פּרײַז, אָפֿט זייער נידעריקן. בקיצור, דאָס לעבן אין קובאַ זעט אויס סטאַביל און פֿאַרזיכערט; ס׳רובֿ תּושבֿים זעען אויס גאַנץ גליקלעך און נישט אָרעם.
מע קאָן פֿאַרגלײַכן די הײַנטיקע קובאַנער עקאָנאָמישע סיסטעם מיט דער „נײַער עקאָנאָמישער פּראָגראַם‟ פֿון די סאָוועטישע 1920ער יאָרן. די קובאַנער מעגן פֿירן קליינע פּריוואַטע געשעפֿטן — למשל, צו עפֿענען אַן אייגענעם רעסטאָראַן אָדער אַ לאַנדווירטשאַפֿטלעכן קאָאָפּעראַטיוו — אָבער, זיי טאָרן נישט פֿאַרמאָגן קיין גרויסע פֿירמעס.
נישט געקוקט אויף די דאָזיקע סאָציאַליסטישע עלעמענטן, בליט אין קובאַ ממש אַ ווילדער מין קאַפּיטאַליזם, וואָס זעט אויס, פּאַראַדאָקסיש, נאָענט צו דעם חלום פֿון די אַמעריקאַנער רעכטע ליבערטאַריאַנער. די ברייטע נעץ פֿון כּלערליי האַלב־לעגאַלע און בפֿירוש אומלעגאַלע געשעפֿטלעך, וואָס האָבן צו טאָן מיט טוריזם און האָבן אָפֿט אַ שנאָרערישן און שווינדלערישן טעם, טראָגן אַ ספּעציעלן נאָמען — „כינעטעריזמאָ‟. אַזאַ ווילדקייט איז פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס קובאַ איז דווקא נישט אַ פּאָליציי־מלוכה, נאָר אַ געלאַסענע געזעלשאַפֿט, וווּ סײַ די תּושבֿים, סײַ די רעגירונג, טראַכטן נישט צופֿיל וועגן די פּרטים פֿון די געזעצן.
אַן אַנדער פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם, וואָס דער קובאַנער געלאַסענער נוסח פֿונעם אַרבעטן קאָן מען, מעגלעך, פֿאַרגלײַכן מיט דער קאָנטראָווערסאַלער שיטה פֿונעם באַקאַנטן אַמעריקאַנער אַנאַרכיסט־טעאָרעטיקער באָב בלעק, וועלכער רופֿט די מענטשן זיך אָפּצוזאָגן פֿון דער סיסטעמאַטישער אַרבעט און פֿאַרבײַטן זי אויף אַ פֿרײַער שפּילערײַ. אַ הענדלערין אין אַ קובאַנער קראָם קאָן אָנהייבן אַ לאַנגן שמועס מיט די שכנים, אַנשטאָט צו באַדינען די קונים; אַ באַשטעלטער טאַקסי קאָן בכלל נישט קומען, ווײַל דער שאָפֿער האָט באַשלאָסן, אַז ער האָט שוין גענוג פֿאַרדינט; אַן אויטאָבוס קאָן בלײַבן שטעקן אַ האַלבע שעה מיטן ברענענדיקן מאָטאָר, ווײַל די קאָנדוקטאָרשע איז ערגעץ אַנטלאָפֿן; אַ טייל קראָמען עפֿענען זיך בלויז אויף אַ פּאָר שעה… עס שאַפֿט זיך טאַקע אַן אײַנדרוק, אַז די קובאַנער באַטראַכטן זייער אַרבעט ווי אַ המשך פֿונעם טאָג־טעגלעגן פֿאַרווײַלן און הוליען, בתּורת דעם באַקאַנטן ייִדישן ליד „אַבי געזונט‟.
(המשך קומט)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.