אַן עולם פֿון בערך 250 מענטשן האָט זיך לעצטנס פֿאַרזאַמלט אינעם זאַל פֿון דער שיל „בית־אל‟, אין מעקסיקע, כּדי צו הערן ווי יונגע ייִדן זינגען ייִדישע לידער, וואָס זיי האָבן געהאָלפֿן שאַפֿן צום פֿאַרמעסט, „דער ייִדישער אײַדאָל‟, און דערבײַ זיך אויך דערוויסן די געווינער פֿונעם קאָנקורס. דער קאָנצערט־זאַל איז געווען פּראָפֿעסיאָנעל באַלויכטן מיט פֿינקלענדיקע קאָלירטע ליכט, און דערבײַ געגעבן דאָס געפֿיל פֿון אַ ספּעקטאַקל, נוסח־האָליוווּד.
„דער ייִדישער אײַדאָל‟, אַ קאָנקורס אויפֿן סמך פֿון דער פּאָפּולערער טעלעוויזיע־פּראָגראַם American Idol, איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך אַ גרופּע ליבהאָבער פֿון ייִדיש, כּדי צו אינספּירירן דעם ייִנגערן דור זיך צו דערנענטערן צום ייִדישן ליד און וואָרט.
„מײַן הויפּטציל — האָט דערקלערט אַלבערטאָ טשאַקראָ, אַ געוועזענער תּלמיד פֿון ׳די ייִדישע שול׳ און איינער פֿון די אָרגאַניזירער — איז צו שאַפֿן אַ נײַע אַשכּנזישע קולטור, און פּטור צו ווערן פֿונעם געדאַנק, אַז ייִדיש איז אַ שפּראַך, וואָס מע דאַרף ראַטעווען. מע דאַרף נישט כּסדר זינגען ׳טום־באַלאַלײַקאַ׳; עס זענען דאָ אַ סך אַנדערע אופֿנים ווי זיך אויסצודריקן אויף דער שפּראַך.‟
אַ טייל פֿון די געווינער פֿונעם פֿאַרמעסט זענען אַמאָליקע גראַדואַנטן פֿון די אָרטיקע טאָגשולן, וווּ מע פֿלעגט לערנען ייִדיש; אַנדערע קענען בכלל נישט קיין ייִדיש, אָבער האָבן סײַ־ווי געוואָלט זיך באַטייליקן אינעם פֿאַרמעסט.
כּדי צו שאַפֿן די געהעריקע שטימונג אויף דער אונטערנעמונג, האָט מען אָנגעהויבן די פּראָגראַם מיטן באַקאַנטן ליד, „שאַ, שטיל, מאַכט נישט קיין געוואַלד‟, וואָס דער עולם האָט אָנגעהויבן מיטזינגען. איינער פֿון די צוויי מאָדעראַטאָרן, אײַזאַק ריק, האָט אויף ייִדיש באַדאַנקט די אָרגאַניזירער און די פֿינף ריכטער פֿונעם פֿאַרמעסט: דעם חזן, לייבעלע כיניטש; די לערערין, מאַיאַ אײַזען; די שרײַבערין, רבֿקה קובינשטיי; דעם אַרטיסטישן פּראָדוצירער, גילערמאָ טרייסטמאַן, און דעם מוזיקער, אַלעקס שבת.
אַ צווייטער מאָדעראַטאָר האָט דערנאָך באַגריסט דעם עולם אויף שפּאַניש, און פֿאָרגעשטעלט יעדן אַקט. במשך פֿון דער פּראָגראַם האָבן צען זינגער געזונגען נײַן פֿון די נײַ־געשאַפֿענע לידער (איין ליד האָט געזונגען אַ דועט.)
דניאל קאַפּוענאָ, אַ 49־יאָריקער טאַטע פֿון דרײַ קינדער, האָט געוווּנען דעם ערשטן פּריז אין דער קאַטעגאָריע „נײַער טעקסט און מעלאָדיע‟, פֿאַר זײַן ליד „ייִדישקייט‟, וואָס ווײַזט, ווי אַזוי פֿאַרשידענע מינים ייִדן — אַשכּנזים און ספֿרדים, פֿרומע און פֿרײַע — זענען פֿאָרט פֿאַראייניקט דורך דעם וואָס אַלע פֿילן אַ טיפֿע פֿאַרבינדונג מיט זייער ייִדישן אָפּשטאַם. „ייִדישקייט פֿליסט אין די אָדערן‟ און מע פֿילט עס „אין די קישקעס‟, האָט ער געזונגען.
אַבֿרהם ניקין, אַ 20־יאָריקער קאָלעדזש־סטודענט און חזן, האָט געוווּנען אין דער קאַטעגאָריע „נײַער טעקסט, צוגעפּאַסט צו אַ שוין־עקזיסטירנדיקער מעלאָדיע‟ פֿאַר זײַן הומאָריסטיש ליד, „גראַנאַדאַ (מילגרוים)‟, וואָס דריקט אויס אַ זאָרג, אַז די באָבע וועט אין כּעס ווערן, ווען זי דערוויסט זיך, אַז עמעצער האָט, בײַם עסן אַ מילגרוים, שמוציק געמאַכט איר טישטעך.
ביידע מחברים האָבן געוווּנען $1,000. מע האָט אויך אויסגעטיילט אַ ריי פּריזן פֿון $500 און $250.
די אָרגאַניזירער פֿונעם פֿאַרמעסט האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳רובֿ יונגע ייִדן קענען הײַנט צו ווייניק ייִדיש זיי זאָלן קענען אָנשרײַבן אַ ליד; האָט מען דערפֿאַר דערלויבט די באַטייליקטע אָנצושרײַבן דעם טעקסט אויף שפּאַניש און עס איבערגעבן אַ ייִדיש־רעדער איבערצוזעצן. קאַפּוענאַס ליד האָט איבערגעזעצט די לאַנג־יאָריקע ייִדיש־לערערין סילוויאַ ביאַליק, און ניקינס מאַמע האָט אָנגעשריבן דעם טעקסט פֿון זײַן ליד. אַזוי אַרום האָט דער פֿאַרמעסט געמוטיקט די פֿאַרשידענע דורות צו אַרבעטן אין איינעם.
בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟ האָט קאַפּוענאָ דערציילט, אַז ער שטאַמט פֿון אַ „געמישטער חתונה‟: דער טאַטע איז אַ ספֿרדישער, און די מאַמע — אַן אַשכּנזישע. הגם ער אַליין קען נישט קיין ייִדיש (קינדווײַז האָט ער זיך געלערנט אין „תּרבות‟, אַ העברעיִשע ציוניסטישע טאָגשול), קענען זײַן מאַמע און פֿרוי יאָ די שפּראַך, ווײַל זיי זענען ביידע גראַדואַנקטעס פֿון דער ייִדישער טאָגשול. „זיי האָבן מיר געהאָלפֿן ריכטיק אַרויסריידן די ווערטער,‟ האָט ער געזאָגט.
טאַמאַראַ גליסאָן, אַ 23־יאָריקע סטודענטקע פֿון געשיכטע און אַ ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז קאָפּואַנאָס ליד האָט אַ וויכטיקן סימבאָלישן אָנזאָג. „די ספֿרדישע און סירישע ייִשובֿים אין מעקסיקע זענען זייער גרויס, און אַ סך מענטשן זאָגן, אַז ייִדיש צעטיילט מענטשן,‟ האָט גליסאָן באַמערקט. מיט אַנדערע ווערטער — ווען אַ ספֿרדישער ייִד, אָדער אַ האַלב־ספֿרדישער, באַטייליקט זיך אין אַ ייִדיש־פֿאַרמעסט, ווײַזט עס, אַז ייִדיש איז אַ טייל פֿון דער קולטור־ירושה פֿון אַלע ייִדן, נישט בלויז פֿון די אַשכּנזים.
דער לידער־פֿאַרמעסט האָט אויך געהאַט אַ צווייטן פּאָזיטיוון רעזולטאַט: ס׳האָט געמוטיקט די יונגע ייִדן, וועלכע קענען יאָ ייִדיש, צו שאַפֿן נײַע ווערק אויף דער שפּראַך. טליה מאַרגאָליס, למשל, אַ יונגע פֿרוי, וואָס אָרגאַניזירט און קאַטאַלאָגירט אַן אָרטיקע ייִדישע ביבליאָטעק, האָט נישט געדאַרפֿט קיין איבערזעצער. הגם איר ליד האָט נישט געוווּנען קיין פּריז, צייכנט עס זיך אויס מיט זײַן חנעוודיקער פּשטות און אָפֿן־האַרציקייט:
בײַ טאָג ביסטו אַ מחבר, אָבער בײַ נאַכט, ווערסטו אַן עראָטישער פּאָעט וואָס דערציילט מעשׂיות פֿון כּישוף, טרויער און האָפֿענונג. איך בין צוגעוווינט צו דײַנע ווערק און אַזוי ווי די בײַטנדיקע טעג, ווייס איך שוין נישט וווּהין צו גיין.
פֿרוי ביאַליק איז געווען ספּעציעל גליקלעך, וואָס עס האָבן זיך אויך באַטייליקט עטלעכע אויסלענדער. „מיר האָבן באַקומען אַ ליד פֿון ישׂראל — ׳בלומען׳, אָנגעשריבן פֿון לייבל באָטוויניק מיט זײַנע קינדער — און מאָטל גאָכמאַן האָט עס געזונגען אויף דער בינע,‟ האָט זי געזאָגט. „אַ פּרעכטיק ליד!‟
„מיר האָפֿן, אַז דורך ׳דער ייִדישער אײַדאָל׳ וועלן מיר קענען ביסלעכווײַז נאָך אַ מאָל דערנענטערן ייִדיש צו אונדזערע יונגע לײַט,‟ האָט זי צוגעגעבן. דער עיקר — אַז די באַטייליקטע אינעם פֿאַרמעסט זאָלן אויך קומען צו אַנדערע אָרטיקע אַקטיוויטעטן לטובֿת ייִדיש, ווי, למשל, אַ קומענדיקע מאַריאָנעטן־שפּיל פֿאַר קינדער, וואָס וועט פֿאָרקומען אויף שפּאַניש, אָבער אַרײַנוועבן ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן.
ניקין איז אָבער מער פּעסימיסטיש־געשטימט וועגן דעם ענין, ייִדיש: „דער קאָנצערט איז געווען זייער פּראָפֿעסיאָנעל דורכגעפֿירט, אָבער ס׳רובֿ פֿונעם עולם זענען געווען עלטערע לײַט, וועלכע קענען גוט ייִדיש. די שטימונג איז דערפֿאַר געווען אַ ביסל מעלאַנכאָליש.‟
אויף דער פֿראַגע, צי זעט ער אַ צוקונפֿט פֿאַר ייִדיש אין מעקסיקע, האָט ניקין געענטפֿערט: „אויב מע וויל בײַטן דעם גורל פֿון ייִדיש, וועלן די פֿירער מוזן אַרײַנלייגן אַ סך געלט, צײַט און מי. אויב נישט, וועלן אַלץ מער מענטשן גיין אויף ענגליש־ און העברעיִש־לעקציעס, און ייִדיש וועט מען שטעלן אויפֿן צווייטן אָרט.‟
טאַקע דערפֿאַר נעמט טשאַקראָ אָן דעם ענין זייער ערנסט. ער האָט שוין אָנגעהויבן פּלאַנירן דעם צווייטן „אײַדאָל‟־פֿאַרמעסט, און זאָגט, אַז דאָס מאָל וועט מען אָרגאַניזירן אַן אינטערנאַציאָנאַלן קאָנקורס מיט, צום ווייניקסטן, צען קאָנקורענטן פֿון איבער דער וועלט, און צען אַנדערע פֿון מעקסיקע.
„במשך פֿון די יאָרן האָף איך צו געפֿינען אַלץ מער אָנטיילנעמער און פֿינאַנציעלע שטיצער פֿון איבער דער וועלט,‟ האָט טשאַקראָ געזאָגט. „מיר דאַכט זיך, דאָס איז אַ פּערפֿעקטער פֿאָרום צו שאַפֿן אַ נײַע קולטור אויף ייִדיש.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.