דער מצבֿ אין מאָסקווע איז די טעג זייער אָנגעשפּאַנט: נאָכן אַרײַנמאַרשירן אין קרים, זענען די רוסישע בירגער אַרויס אויף די גאַסן אויף פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציעס; אין מאָסקווע זענען אַרום 400 דעמאָנסטראַנטן אַרעסטירט געוואָרן. מען וואַרט אויף דער אַנטוויקלונג פֿון דעם קאָנפֿליקט. אויף דער ייִדישער גאַס, להבֿדיל, זעט דאָס לעבן אויס מער אָפּטימיסטיש.
די וואָך האָט אַ קאָלעקטיוו געלערנטע באַקומען אַ „גראַנט‟ פֿון דער רוסישער הומאַניטאַרער וויסנשאַפֿטלעכער פֿונדאַציע, אָנצושרײַבן אַ גרויסן באַנד וועגן עטנאָגראַפֿיע פֿון ייִדן אין רוסלאַנד. די אָנפֿירערין, יעלענאַ נאָסענקאָ־שטיין, אַרבעט אינעם אינסטיטוט פֿון אָריענטאַליסטיק בײַ דער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע.
דער אינסטיטוט גיט אַרויס שוין יאָרן לאַנג אַ סעריע ענציקלאָפּעדיעס בשם „פֿעלקער און קולטורן‟. דער איצטיקער באַנד וועט זײַן געווידמעט די ייִדן. עס וועט דערציילט ווערן וועגן דעמאָגראַפֿיע און פֿיזישער אַנטראָפּאָלאָגיע פֿון ייִדן, ייִדישע שפּראַכן, טראַדיציאָנעלער קולטור, פֿאָלקלאָר, ייִדישע מאכלים, קהילות אין דער איצטיקער צײַט, וכדומה.
די מחברים זענען אַ ריי רוסלענדישע געלערנטע פֿון מאָסקווע (מאָסקווער אוניווערסיטעט, רוסישער הומאַניטאַרער אוניווערסיטעט, וויסנשאַפֿטלעכע אַקאַדעמיע) און פּעטערבורג (קונסט־קאַמער און ענטאָגראַפֿישער מוזיי), ווי אויך עטלעכע ישׁראלדיקע געלערנטע. דער באַנד וועט האָבן אַרום 1,200 זײַטן און וועט אַרויס אין 2016.
נאָך עטלעכע נײַעס פֿון דער ביכער־וועלט: די וואָך זענען אינעם פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ אַרויס צוויי ספֿרים און איין בוך. די ספֿרים זענען: ספֿר־בראשית מיט אבן־עזראס פּירושים, און דער פֿערטער טייל פֿון רמב”מס „משנה תּורה‟ — נשים. די ביידע ספֿרים זענען אַרויס אין דער רוסישער איבערזעצונג. דאָס בוך איז — די רוסישע איבערזעצונג פֿון ישׂראל ראַבאָנס ראָמאַן „די גאַס‟. איבערגעזעצט האָבן עס וואַלערי דימשיץ און וואַלערי שובינסקי.
אינעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי קומט די טעג פֿאָר אַ סעמינאַר, געווידמעט די ייִדישע געדרוקטע ביכער פֿונעם 16טן ביזן 19טן י”ה. די לעקציעס ווערן דורכגעפֿירט אינעם אָפּטייל פֿונעם מוזיי, וווּ ס‘געפֿינט זיך שנאורסאָנס ביבליאָטעק. דאָס איז איינער פֿון די ערשטע פּראָיעקטן, וואָס ס‘האָט אָרגאַניזירט דער נאָר וואָס געשאַפֿענער צענטער פֿונעם ייִדישן בוך. די אָנפֿירער האָבן פֿאַרבעטן אַ ספּעציאַליסט, דאָקטאָר וואַסילי שטשעדרין פֿון פֿלאָרידער אוניווערסיטעט, ער זאָל ווײַזן די פּרינציפּן פֿון פֿאָרשן און באַשרײַבן די אַלט־געדרוקטע ביכער.
קאָנפֿערענץ: דער אימאַזש און סימבאָליק פֿון די דרײַ הויפּט־רעליגיעס
די וואָך האָט דער מוזיי, אין קאָאָפּעראַציע מיטן מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט, דורכגעפֿירט נאָך אַן אויפֿטו — אַ קאָנפֿערענץ בשם „דער אימאַזש און דער סימבאָל אין דער ייִדישער, מוסולמענישער און קריסטלעכער קולטורעלער טראַדיציע‟. אָרגאַניזירט האָט די קאָנפֿערענץ דער הויפּט פֿון דער אָפּטיילונג פֿון ייִדישע לימודים בײַם מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט, פּראָפֿעסאָר אַרקאַדי קאָוועלמאַן. די רעפֿעראַטן זענען געווען געווידמעט עטלעכע אימאַזשן פֿון דעם תּנ”ך, און דער סאַקראַלער סימבאָליק אין די דרײַ הויפּט־רעליגיעס. אָנטייל גענומען האָבן אָנגעזעענע פּראָפֿעסאָרן און אַקאַדעמיקער פֿון רוסלאַנד, ישׁראל און ווײַסרוסלאַנד.
סוף־וואָך איז אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען אַן אינטערנאַציאָנאַלע אויסשטעלונג „בילדונג און קאַריערע‟. אויף דער אויסשטעלונג קענען פֿאַרשיידענע אוניווערסיטעטן פֿאָרשטעלן זייערע פּראָגראַמען און צוציִען סטודענטן. דער ישׂראלדיקער קולטור־צענטער האָט פֿאָרגעשטעלט די אוניווערסיטעטן פֿון מדינת־ישׂראל און פֿאַרשיידענע מעגלעכקייטן זיך צו לערנען אין זיי. עס האָט אָנטייל גענומען אַ פֿאַרטרעטער פֿונעם חיפֿהער „טכניון‟. מע האָט אויך געוואַרט אויף אַ מומחה פֿון קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿט פֿון בן־גוריון־אוניווערסיטעט אין באר־שבֿע, אָבער, צום באַדויערן, האָט ער ניט געקענט אָנקומען.
אַ טרויעריקע ידיעה פֿון מאָסקווע. דינסטיק דעם 4טן מערץ איז געשטאָרבן מאַרק פֿריידקין, אַ באַרימטער מוזיקער, זינגער, דיכטער און איבערזעצער. ער האָט געקענט עטלעכע אייראָפּעיִשע שפּראַכן און איבערגעזעצט סײַ קלאַסישע דיכטונג (ראָבערט בוירנס, עזרא פּאַונד, סטעפֿאַן מאַלאַרמע און אַנדערע פּאָעטן), סײַ שאַנסאָן.
ער איז געווען פֿון די ערשטע, וואָס האָבן באַקענט דעם רוסישן עולם מיט זשאָרזש בראַסאַנס. פֿריידקין האָט אַליין געשריבן לידער (עטלעכע פֿון זיי זענען פּאָפּולער געוואָרן און ווערן אָפֿט געזונגען), און פֿלעגט אויפֿטרעטן מיט קאָנצערטן. ער האָט גוט געקענט די געשיכטע פֿון דער אייראָפּעיִשער און רוסישער מוזיק און געפֿירט די פּראָגראַם „פּלאַגיאַט אין סאָוועטישן ליד‟, וווּ ער האָט דערציילט וועגן גילגולים פֿון מעלאָדיעס, וואָס זענען צום סוף מגולגל געוואָרן אין סאָוועטישע לידער. פֿריידקין האָט געהאַט אַ קליינעם פֿאַרלאַג, וואָס האָט אַרויסגעגעבן די ליטעראַטור פֿונעם 20סטן י”ה אין רוסישע איבערזעצונגען — באָרכעס, יעיטס, פּאַונד, טראַקל און אַנדערע.
פֿריידקין האָט לאַנג געקרענקט. מיט אַ יאָר צוריק, וויסנדיק, אַז ס’איז אים ניט געבליבן לאַנג צו לעבן, האָט ער אַרויסגעגעבן זײַנע געזאַמלטע ווערק אין 3 בענדער. געלט דערפֿאַר האָט מען געקליבן אויף דער אינטערנעץ, און אַ סך זײַנע לייענער און צוהערער האָבן מנדבֿ געווען אויף דעם צוועק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.