די „בויפֿרענדס‟

The Boyfriends

Courtesy of HBO

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published March 06, 2014, issue of March 28, 2014.

דזשאָרדזש בערנאַרד שאָ האָט אַמאָל געזאָגט, אַז די יוגנט ווערט פֿאַרטאַכליעוועט אויף יונגוואַרג, מיינענדיק דערמיט צו זאָגן, אַז דער עלטערער דור איז אַ סך קליגער און קען זיך שוין אַליין אַן עצה געבן אין לעבן. איך וואָלט געזאָגט, אַז אַ סך מאָל ווערט די עלטער פֿאַרטאַכליעוועט אויף די אַלטע, וועלכע פֿאַרגעסן, וווּ זיי האַלטן אין דער וועלט, און ווילן אויסלעבן זייערע יאָרן ווי אַמאָל, אין דער יוגנט.

צוליב וואָס זאָג איך עס, צוליב דעם וואָס איך זע, וואָס עס טוט זיך אַרום מיר דאָ אין פֿלאָרידע, און קען זיך נישט צוגעוווינען צו די נײַ אײַנגעשטעלטע לעבנס־נאָרמעס. איז אַזוי: איך רעד דאָ פֿון ייִדישע פֿרויען אין דער עלטער פֿון 65 ביז 85. שוין אָפּגערעדט פֿון די פּלאַסטישע אָפּעראַציעס אויפֿן פּנים, דעקאָלטירטע בוזעמס באַהאָנגענע מיט גאָלדענע קייטן אַרום האַלדז, בלישטשעדיקע אויעררינגלעך און רינגעלעך, הויכע אַפּצאַסן און געפֿאַרבטע האָר אויף שוואַרץ צו פֿאַרדעקן גרוי. דערצו האָט יעדערע פֿון זיי אַ „בויפֿרענד‟, אַן אוכאַזשאָר, אַ באַגלייטער און אַ מיטוווינער, לאָמיר זאָגן אַ „געליבטן‟.

אַ סך פֿון די פֿרויען זײַנען אַלמנות נאָך צוויי אָדער דרײַ מענער; אַ טייל פֿון זיי — געגטע פֿרויען, וועלכע האָבן ליב, אַז מען פֿונדעוועט זיי אַ מאָלצײַט, כאָטש עס טרעפֿט, אַז מען טיילט זיך מיטן חשבון אָדער זי באַצאָלט פֿאַר אַלץ.

פֿאַרשטייט זיך, אַז די אַלטע מענער, אַלמנס אָדער געגטע, מיט דערוואַקסענע אייניקלעך, קענען בשום־אופֿן נישט וווינען פֿאַר זיך אַליין, לאַשטשען זיי זיך אויף צו פּאַצאַפּען אַזאַ מין קאַנדידאַטקע, וואָס איז גוט אײַנגעאָרדנט, פֿירט אַן אייגענע מאַשין, איז פֿאַרזאָרגט אויפֿן לעבן און איז גרייט אַרומצורײַזן, פֿאַרווײַלן זיך און לעבן אַ גוטן טאָג.

איז לאָמיך דאָס צעקײַען אויף ביידע באַקן. איינע פֿון די פֿרויען הייסט פֿיליס. זי איז אין די אַכציקער, אַ סימפּאַטישע דאַמע, דווקא, שטאַרק געראָטן. זי שרײַבט גוטע פּאָעזיע, מאָלט און פֿאַרמאָגט מיטל־יעריקע קינדער און צוועלף אייניקלעך. זי וווינט אין אַ פּרעכטיק שיינער וויליע, מיט צוויי הינטעלעך, וועלכע זי האַלט אין איין קושן, און מיט אַ „בויפֿרענד‟.

דער „בויפֿרענד‟ איז שוין בײַ די נײַנציקער. גאָט האָט אים נישט געבענטשט מיט גרויס שׂכל אָדער שיינקייט. נאָך אַלעמען, מוז ער פֿאָרט עפּעס וואָס פֿאַרמאָגן, ווער ווייסט וואָס? איך הייב נישט אָן צו וויסן. ער גייט מיט אַ שטעקן און זי וואָרנט אים אַ יעדע מינוט, וווּ צו שטעלן אַ פֿוס. ער איז שוין אַ פּאָר מאָל אומגעפֿאַלן און זי האָט געמוזט רופֿן די „פּאָגאָטאָוויע‟ (אַמבולאַנץ), און דאַנקען גאָט, ער האָט נישט צעבראָכן קיין ביין.

פֿיליס איז דווקא אַ ספּריטנע ייִדענע, שוין באַגראָבן דרײַ מענער און קען נישט לעבן אָן אַ מאַן, וואָס זאָל זיך אַרומדרייען איבערן הויז ווי די הינטלעך. צווישן מענטשן רעדט ער נישט אַרויס קיין וואָרט, אפֿשר וויל ער נישט פֿאַרשיטן די גרײַפּלעך און אפֿשר, ווײַל זי האָט נײַן מאָס רייד. זי באַקענט אים מיט מענטשן, ווי מײַן „בויפֿרענד‟ לו פֿון לויִס. דער עולם באַגריסט אים ווי עס וואָלט געווען אַ נאָרמאַלע דערשײַנונג.

דער צווייטער פֿאַל האָט צו טאָן מיט אַן אַמאָליקער פּראָפֿעסאָרקע אין אַ קאָלעדזש. זי איז נאָך רעלאַטיוו יונג, אין די טיפֿע זעכציקער; האָט זי אַ „בויפֿרענד‟ אַ גוי, אויך אַרום זיבעציק. ער האָט ליב דרײַ זאַכן אין לעבן: קריכן אויף די הימאַלײען־בערג, גיין אויף יאַגד, שיסן ווילדע חזירים, און צום בעסטן — זײַן יאַכטע. די ווילדע חזירים הייסן „באָערס‟, און ער ברענגט זיי אַהיים און גרייט זיי צו צום עסן. די יאַכטע פֿאַרמאָגט צוויי שלאָף־צימערן, צוויי וואַשצימערן, אַ גרויסן אויפֿנאַם־צימער, אַ קיך און אַלע באַקוועמלעכקייטן. ער האָט אויך ליב אַרויסצולאָזן זיך אויפֿן ים כאַפּן פֿיש, שאָבן זיי און צוגרייטן זיי צום טיש. ער דערציילט, אַז ער האָט אָנטייל גענומען אין דער וויעטנאַמער מלחמה, זיך אָנגעשטעקט מיט „איידזשענט אָרענדזש‟, און לײַדט ביזן הײַנטיקן טאָג אויף פֿאַרשיידענע חלאתן.

מײַן באַקאַנטע, דזשעני, דערציילט מיר, אַז איר „בויפֿרענד‟ וויל זיך אַרויסלאָזן מיט דער יאַכטע צו די אינדזלען אין די באַהאַמאַס מיט איר צוזאַמען; דאָרט דערליידיקן אַ פּאָר זאַכן, וואָס וועט נעמען אַ צוויי וואָכן, און צוריקקערן זיך קיין פֿלאָרידע. ס’איז אַ רײַזע פֿון 33 שעה, זאָגט זי מיר, אַז זי וועט נאַוויגירן בשעת ער וועט שלאָפֿן.

זאָג איך איר:

„בהמה! ביסט משוגע צי חסר־דעה, נאַוויגירן אַליין אויפֿן ים בײַטאָג און בײַנאַכט; און וואָס איז לגבי דעם וועטער? די כוואַליעס? אַ פֿרוי אַליין ספּראַווען זיך מיט אַ מאָטאָר, מיט בענזין, מיט טויזנט און איין סכּנות, דאָס דאַרף מען קענען!‟

אָבער דאָ האָט מען שוין צו טאָן מיט דער צווייטער יוגנט, אין די זעכציקער הייסט נאָך דאָ יונג, און אַ „בויפֿרענד‟ איז אויך אַ געווינס, נאָך דערצו מיט אַ יאַכטע. אײַ, ער כראָפּעט און מ’קען אים קוים דערוועקן, דאָס איז אַ קלייניקייט.

דער פֿאַקט, וואָס ער איז אַ גוי, שפּילט דאָ נישט קיין ראָלע. זי איז אַן אַלמנה, פֿאַרמאָגט איין טאָכטער ערגעץ אין באָסטאָן. זי האָט אויך אַן אויסערגעוויינטלעכע „האַבי‟ — זי מאַכט עקסקורסיעס קיין אַפֿריקע, פֿאָטאָגראַפֿירן אַ געוויסע משפּחה מאַלפּעס. אַ צווייט מאָל ווײַזט זי מיר אַן אַלבאָם מיט בילדער פֿון רוואַנדאַ. דאָרט געפֿינט זיך אַ געוויסער העלפֿאַנט, וואָס איז אַ זעלטנהייט אין דער נאַטור. אַזוי אַז מ’יאָגט נאָך די יוגנט אַזש קיין אַפֿריקע, אָבער דער סוף איז, מען מוז איין פֿרימאָרגן אַנערקענען, אַז די יוגנט איז שוין אַריבער די הרי־חושך. זיכער, ווען זי קען אָנקומען אַהין און אויסזוכן איר יוגנט, וואָלט איך שוין אײַנגעגאַנגען דערויף.

די דריטע חבֿרהמאַנטע איז שוין אין די טיפֿע אַכציקער. זי הייסט, סאָפֿי. זינט איר מאַן איז געשטאָרבן, שוין אַ שפּאָר ביסל צײַט, האָט זי זיך שוין אײַנגעהאַנדלט אַ מולטי־ציפֿער „בויפֿרענדס‟ — אַלע אין די נײַנציקער. זי פֿאַרמאָגט צוויי דירות, איינע אין לאָנג־אײַלענד, און די צווייטע דאָ אין פֿלאָרידע. זי וווינט אין אַ „גייטעד קאָמיוניטי‟, וואָס דאָס מיינט, אַז מען פֿאָרט אַרײַן אין איר וווינונגס־קאָמפּלעקס, מוז מען זיך לעגיטימירן פֿאַרן שומר, וואָס שטייט אין אַ בודקע און קאָנטראָלירט די אַרײַנפֿאָרער. דער היטער מוז קודם לאָזן וויסן די בעלי־בתּים, אַז די אורחים זײַנען אָנגעקומען, און צי זיי שטימען אײַן זיי אויפֿצונעמען, גיט ער אַ קוועטש אַ קנעפּל, די באַריקאַדן עפֿענען זיך, איז הײַדאַ חבֿרה, מיסט איז וואָלוול.

אין דעם פֿאַל מוז דער „בויפֿרענד זײַן רײַך‟, אויך פֿאַרמאָגן צוויי דירות, איינע אין מאַנהעטן און די צווייטע דאָ. און אַז ער גייט אַדורך דעם עקזאַמען, קען מען פֿירן אַ „ליבע‟; און אַזוי ווי ער איז אַ גבֿיר, דערציילט זי אים, אַז איר זון איז אויף צרות, ער האָט נישט וווּ צו וווינען, ער איז אַרײַן אין אַ „פֿאָרקלאָוזשור‟ מיט דער באַנק און דראָט, אַז אויס ברירה וועט ער מוזן קומען וווינען מיט דער מאַמען און מיטברענגען די גאַנצע כאַליאַסטרע.

ווי דער „בויפֿרענד‟ האָט עס דערהערט, האָט ער אַרויסגענומען זײַן טשעק־ביכל און אויסגעשריבן אַ טשעק אויף הונדערט טויזנט דאָלער, אַבי צו פֿאַרשפּאָרן זיך די טירחה פֿון פֿאַרלירן אַזאַ טײַערע מציאה. ער פֿונדעוועט איר דרײַ מאָלצײַטן אַ טאָג, אַזוי אַז זי דאַרף נישט אַרײַנטאָן די האַנט אין קאַלטן וואַסער. זי קושט אים און האַלזט אים פֿאַר אַלעמען אין די אויגן און ער לאָזט זיך. דאָ האַנדלט זיך שוין נישט אין יוגנט, דאָ האָט מען צו טאָן מיט פּראַקטישע ענינים, עלטערע מענטשן וואָס ווילן אַרײַנכאַפּן וואָס מער פֿון עולם־הזה.

דאָס וואָס אַן אַלטער „בויפֿרענד‟ ווערט אָנגעגריפֿן פֿון אַן אומהיילבאַרע קרענק, מוז די פֿרײַנדינע אָפּליגן מיט אים אין שפּיטאָל ווײַזן, אַז זי איז געטרײַ. און אַז זי לייגט זיך אַוועק, רופֿט זי אירע קינדער צו קומען און זי ראַטעווען. אפֿשר טוט משפּיע די פֿלאָרידע־זון אויף די מוחות פֿון עלטערן דור, און אפֿשר זײַנען זיי אויסגעוואַקסן מיט זייער כאַראַקטער פֿון דער יוגנט אָן. ווער קען דאָס אַנטשיידן? נישט איך.