דער פֿראַנצייזישער פֿילם־רעזשיסאָר אַלאַן רענע, וואָס זײַן פֿילם, „נאַכט און נעפּל‟ (1955) איז יאָרן לאַנג געניצט געוואָרן ווי אַ לערן־מאַטעריאַל וועגן דער אַכזריות פֿון די נאַציסטישע קאָנצענטראַציע־לאַגערן, איז געשטאָרבן דעם 1טן מאַרץ, צו 91 יאָר.
רענע איז געבוירן געוואָרן אין 1922 אין וואַנס, מערבֿ־פֿראַנקרײַך, דער זון פֿון אַ קאַטוילישן אַפּטייקער. במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ער שטודירט קינאָ אינעם „אינסטיטוט פֿון אַוואַנסירטע קינאָ־שטודיעס‟, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 1943 אונטער דער „ווישי‟־רעגירונג. רענע האָט זיך אָבער שטאַרק אַנטקעגנגעשטעלט דער אָקופּאַציע פֿון זײַן היימלאַנד, ווי מע זעט שפּעטער אין זײַן קורצן פֿילם, „גוערניקאַ‟ (1950).
לכתּחילה האָט רענע אָבער נישט געוואָלט מאַכן קיין פֿילם וועגן דעם חורבן. בעת אַן אינטערוויו אין 2012 מיט אַנדרע הײַנריך, רענעס אַסיסטענט בײַם צוגרייטן „נאַכט און נעפּל‟, האָט הײַנריך דערציילט, אַז רענע האָט זיך שטאַרק געקווענקלט צו מאַכן אַ פֿילם וועגן קאָנצענטראַציע־לאַגערן — ערשטנס, ווײַל ער איז נישט געווען קיין ייִד; און צווייטנס, ווײַל מע האָט אים נישט דעפּאָרטירט צוליב פּאָליטישע סיבות. ערשט נאָך דעם ווי דער נישט־ייִדישער פּאָעט זשאַן קייראָל, וועלכער איז אַליין דעפּאָרטירט געוואָרן אינעם לאַגער מאַוטהאַזען־גוזען אין 1942, האָט מסכּים געווען אָנצושרײַבן די נאַראַציע, האָט רענע באַשלאָסן צו מאַכן דעם פֿילם.
נאָך דעם ווי „נאַכט און נעפּל‟ איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן, האָבן די קריטיקער געטענהט, אַז קייראָל האָט געפּלאָנטערט קאָנצענטראַציע־לאַגערן מיט אומברענג־לאַגערן, און האָט נישט דערמאָנט דעם חורבן ווי אַ ספּעציפֿיש־ייִדישע טראַגעדיע. פֿאַרקערט, דאָס וואָרט „ייִד‟ דערמאָנט מען בלויז איין מאָל אינעם 32־מינוטיקן פֿילם, בײַם אויסרעכענען אַ רשימה פֿון קרבנות: „שטערן, אַ ייִדישער סטודענט פֿון אַמסטערדאַם‟.
אין 1959 איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן זײַן פֿילם, „היראָשימע מײַן געליבטע‟, אויפֿן סמך פֿון מאַרגעריט דוראַס סצענאַר, וועגן אַ פֿראַנצייזישער אַקטריסע, וואָס איז מודה נאָך דער מלחמה, אַז זי האָט געשפּילט אַ ליבע מיט אַ נאַציסטישן אָפֿיציר אין אָקופּירטן פֿראַנקרײַך. ווי אַ רעזולטאַט, באַשטראָפֿט מען זי דורך אָפּגאָלן דעם קאָפּ.
רענע האָט אויך געמאַכט אַנדערע אַנטי־פֿאַשיסטישע פֿילמען. ער האָט מיטגעאַרבעט מיט האָרכע סעמפּרון, אַ שפּאַנישער שרײַבער, פּאַרטיזאַנער און לעבן־געבליבענער פֿון בוכענוואַלד, אויף עטלעכע פֿילמען, ווי למשל, „די מלחמה איז אַריבער‟ (1966) וועגן די לינקע קעמפֿער קעגן דעם שפּאַנישן דיקטאַטאָר פֿראַנציסקאָ פֿראַנקאָ, און „סטאַוויסקי‟ (1974) — אַ ראָמאַנטישע שילדערונג פֿונעם פּויליש־ייִדישן שווינדלער אַלכּסנדר סטאַוויסקי, וואָס זײַנע קרומע געשעפֿטן האָבן אַרויסגערופֿן אַ סך אַנטיסעמיטישע קאָמענטאַרן אין דער אייראָפּעיִשער פּרעסע פֿאַר דער מלחמה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.