די פֿאַראייניקטע שטאַטן וועט ווײַטער אָנטיילנעמען אין די פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן, אין שײַכות מיט דער איראַנער נוקלעאַרער פּראָגראַם, נישט געקוקט אויף דעם וואָס ישׂראל האָט לעצטנס פֿאַרכאַפּט אַן איראַנישע שיף מיט געווער אויפֿן וועג קיין עזה.
דזשיי קאַרני, דער וואָרטזאָגער פֿונעם „ווײַסן הויז‟, האָט מיטוואָך באַשטעטיקט, אַז איראַנס אָפֿיציעלע שטיצע פֿון טעראָריזם האָט זיך נישט אָפּגעשטעלט, בשעת מע פֿירט מיט איר דורך די פֿאַרהאַנדלונגען. ער האָט צוגעגעבן, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אין איינעם מיט אירע שותּפֿים און אַליִיִרטע „וועט ווײַטער זיך אַנטקעגנשטעלן איראַנס שטיצע פֿון די צעשטערערישע טעטיקייטן אינעם ראַיאָן, און מאַכן קלאָר, אַז די אומלעגאַלע אַקטיוויטעטן זענען אומדערטרעגלעך אין די אויגן פֿון דער וועלט, און זענען שטאַרק עובֿר אויף די פֿליכטן פֿון איראַן צום זיכערהייט־ראַט בײַ דער ׳יו־ען׳,‟ האָט איבערגעגעבן די Times of Israel.
קאַרני האָט אָבער צוגעגעבן, אַז נישט געקוקט אויף דעם, וואָס איראַן איז אַ ספּאָנסאָר פֿון טעראָר, „איז מען אין גאַנצן באַרעכטיקט צו פּרוּוון דערגרייכן אַ לייזונג איבער דער נוקלעאַרער פּראָגראַם‟ דורך פֿאַרהאַנדלונגען צווישן איראַן און די פֿירנדיקע מערבֿדיקע לענדער.
מיטוואָך האָבן די צה״ל־כּוחות געכאַפּט אַן איראַנישע שיף אינעם ים־סוף, לעבן דעם ברעג פֿון סאָמאַליע, וועלכע האָט געפֿירט געווער פֿאַר די טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס אין עזה. לויט דער צה״ל אויסשפּיר־אינפֿאָרמאַציע איז דאָס געווער געקומען פֿון דמשׂק מיט חדשים צוריק; מע האָט עס מיט אַן עראָפּלאַן געבראַכט קיין טעהעראַן; דערנאָך געפֿירט אין אַ שיף אַרום דעם פּערסישן גאָלף און ווײַטער — אינעם ים־סוף. די שיף, וואָס הייסט Klos-C, איז געווען אַ ציווילע שיף, און די קאַסטנס מיט וואָפֿנס האָט מען באַהאַלטן אונטער דער קאָמערציעלער סחורה. צווישן דעם געווער האָט מען אַנטדעקט סאָפֿיסטיצירטע ראַקעטן, וואָס וואָלטן געקאָנט דערגרייכן ירושלים און תּל־אָבֿיבֿ.
קאַרני האָט באַטאָנט, אַז די אַמעריקאַנער אויסשפּיר־אינסטאַנצן האָבן מיטגעאַרבעט מיט צה״ל אויף דער אָפּעראַציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.