אויף דער איניציאַטיװ פֿון דער „דאַיאַ‟ װעט מען אין די װיכטיקסטע פֿליפֿעלדער פֿון אַרגענטינע אײַנפֿירן ספּעציעלע ערטער, װוּ ייִדן װעלן קענען דאַװענען. אין גיכן װעט דאָס זײַן גרייט.
דער דיגיטאַלער זשורנאַל „מילים‟, װאָס װערט צוגעגרייט אין בוענאָס־אײַרעס אויף שפּאַניש דורך פֿאָרשער פֿון דער ספֿרדישער קולטור, גיט אָפּ אַ ספּעציעל פּלאַץ צװיי טעמעס, װאָס האָבן אַ שײַכות צו דער ייִדישער קולטור. דער ערשטער אַרטיקל איז געװידמעט דער פֿיגור פֿון אַנ־סקי: „דער דיבוק‟, די עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס און זײַן פּלאַן פֿון „פֿאָטאָגראַפֿירן די ייִדישע נאַציע‟, װאָס זײַן יונגער פּלימעניק, שלמה יודאָװין, האָט דורכגעפֿירט.
דער צװייטער אַרטיקל באַשרײַבט די אויסשטעלונג װעגן ייִדישן טעאַטער אין לאָנדאָן.
די ייִדישע זומער־ספּעקטאַקלען פֿאַר קינדער זײַנען געשלאָסן געװאָרן אין דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה, און װײַל די לימודים הייבן זיך אָן די טעג אין די שולן איבערן גאַנצן לאַנד, גרייט מען צו נײַע פֿאָרשטעלונגען און קאָנצערטן, געװידמעט די ייִדישע יום־טובֿים און 120 יאָר קהילה־לעבן אין אַרגענטינע.
לעצטנס איז פֿאָרגעקומען אַ הזכּרה־צערעמאָניע נאָכן אַרציבישאָף אַנטאָניאָ קואַראַטשינאָ, וואָס איז געשטאָרבן דעם 28סטן פֿעברואַר 1998, און איז געװען דער אָנהייבער פֿונעם ייִדיש־קריסטלעכן דיאַלאָג אין די 1960ער יאָרן, נישט נאָר אין אַרגענטינע. בעת זײַן באַזוך אין ישׂראל איז ער װאַרעם אויפֿגענומען געװאָרן, און די ייִדישע אינסטיטוציעס האָבן אים באַערט און פֿאַרטיילט אויסצייכענונגען. אין 1997 האָט ער אויף דער איניציאַטיװ פֿון דער װאַלענבערג־פֿונדאַציע אויפֿגעשטעלט אין דער קאַטעדראַל אַ קונסטװערק מיט שמות פֿון פֿאַרשיידענע צײַטן; אַפֿילו די מוזיקנאָטן פֿאַרצייכנט אין דער װאַרשעװער געטאָ. דער ציל פֿון דעם איז געװען צו דערמאָנען די 6 מיליאָן קרבנות פֿונעם חורבן און די אומגעקומענע בעת די אַטענטאַטן אויף דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע און אויפֿן בנין פֿון דער קהילה.
נאָך זײַן טויט איז קואַראַטשינאָ באַערדיקט געװאָרן בײַ דער זײַט פֿון דעם קונסטװערק, לויט זײַן װילן. ער האָט געשריבן, אַז אַפֿילו נאָך זײַן טויט האָט ער געװאָלט װײַטער אַרבעטן פֿאַרן דיאַלאָג און דער ברודערשאַפֿט.
כאָרכע בערגאָליאָ, דער איצטיקער פּויפּסט פֿראַנסיס, האָט איבערגענומען זײַן אַמט און פֿאָרגעזעצט מיט זײַנע באַמיִונגען, די קירכע זאָל אָנערקענען אירע עוולות לגבי ייִדן.
אויף דער איניציאַטיװ פֿונעם װעלט־דירעקטאָר בײַ דער װאַלענבערג־פֿונדאַציע, ברוך טענענבאַום און דעם איצטיקן נאָר װאָס נאָמינירטן קאַרדינאַל מאַרסעלאָ פּאָלי, װאָס האָט פֿאַרטראָטן בערגאָליאָן, האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אַ פּאָר הונדערט מענטשן אָפּצוגעבן כּבֿוד קואַראַטשינאָן. די ייִדן װערט דערלויבט אַרײַנצוקומען אין דעם בוענאָס־אײַרעסער קאַדעטראַל מיט געדעקטע קעפּ, און אַ היפּש ביסל ייִדן האָבן געטראָגן יאַרמלקעס.
עס האָט גענומען אַ װאָרט דער גלח פֿערנאַנדאָ דזשיאַנעטי, װאָס דער אַרציבישאָף האָט אים אָנפֿאַרטרויט צו עפֿענען דעם דיאַלאָג, און די איניציאַטיװ צו דערמאָנען די „קרישטאַלנאַכט‟ אין דעם קאַטעדראַל. דער ראַבינער סערגיאָ בערמאַן האָט געזאָגט, אַז די װאַנט איז אַ „רעװאָלוציאָנערע‟, און ער האָט מקיים געװען די מיצווה נומער 614; ער האָט געזאָגט קדיש פֿאַר די געפֿאַלענע ברידער אין דער צװייטער װעלט־מלחמה, פֿאַר די חסידי־אומות העולם, פֿאַר די געפֿאַלענע אין די אַטענטאַטן, און פֿאַרן קאַרדינאַל קואַראַטשינאָ. ער האָט אויך אַרויפֿגעלייגט אַ שטיינדל אויף זײַן קבֿר און אײַנגעלאַדן דעם עולם אים צו באַערן.
דער שרײַבער מאַרקאָס אַגיניס האָט דערמאָנט זײַן מיטאַרבעט אין די שוידערלעכע צײַטן פֿון דער מיליטערישער דיקטאַטור, בעת אַ קאָנגרעס פֿון פּלוראַליזם, אויף װעלכן עס האָבן זיך באַטייליקט קריסטלעכע, ייִדישע און מוסולמענישע אינטעלעקטואַלן, װאָס קואַראַטשינאָ האָט געשטיצט און דערקלערט, אַז גאָט האָט נישט געװאָלט אַ טורעם אין בבֿל, װוּ עס זאָל הערשן איין שפּראַך און איין קולטור.
דער איצטיקער אַרציבישאָף קאַרדינאַל פּאָלי האָט דערמאָנט, אַז קואַראַטשינאָ האָט געלייענט און גענאָסן פֿון שלום אַש, פֿאַרשטייט זיך אויף שפּאַניש; אַז ער איז געװען אַ מענטש, פֿון װעלכן מען קען דערציילן אַ סך אַנעקדאָטן, װײַל ער אַליין האָט ליב געהאַט צו לערנען דורך אַנעקדאָטן. זײַן װוּנטש איז געווען, ער זאָל קענען האַלטן אָפֿן די טירן, װאָס קואַראַטשינאָ האָט געעפֿנט. אַזוי איז געשלאָסן געװאָרן אַן אוניקאַלע אַרכעטיפּישע באַערונג אין דער בוענאָס־אײַרעסער קאַטעדראַל. אָבער איך מוז אויך צוגעבן, אַז ניט אין אַלע קאַטוילישע קרײַזן איז מען אײנשטימיק מיט קואַראַטשינאָס שריט, מיטן קאַרדינאַל פּאָליס אויפֿפֿירונג, און אַװדאי נישט מיט פֿראַנסיס׳ פּאָליטיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.