(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַ סך מער קאָנסערוואַטיווע דעפֿיניציע גיט דער באַרימטער פֿאָרשער פֿונעם חורבן ד׳׳ר יהודה באַוער פֿון „יד־ושם‟, וועלכער רעכנט פֿאַר לעבן־געבליבענע נאָר די מענשטן, וואָס די דײַטשן האָבן „פֿיזיש פֿאַרשאַטן‟, ד׳׳ה, אײַנגעזעצט אין אַ געטאָ אָדער לאַגער. אַ סך ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האַלטן זיך בײַ אַ דעפֿיניציע, וואָס געפֿינט זיך ערגעץ אין מיטן פֿון די צוויי. די אַנדערע, ווי „יד־ושם‟, האָבן בכּיוון באַשלאָסן, אַז ס׳איז בעסער ניט צו האָבן קיין גענויע דעפֿיניציע. די דעפֿיניציע, מיט וועלכער איך באַנוץ זיך (און וועלכע איך האַלט דווקא ניט פֿאַר אַ געלונגענום פֿאַר אַלעמען) איז יעדער ייִד, וועלכער האָט איבערגעלעבט די צווייטע וועלט־מלחמה אין אַ טייל פֿון אייראָפּע, וועלכער די דײַטשן האָבן שפּעטער אָקופּירט. אַ חבֿר און קאָלעגע מײַנער רעכנט בלויז די, וועלכע האָבן איבערגעלעבט די דײַטשישע אָקופּאַציע, אָבער רעכנט ווי לעבן־געבליבענע אויך די ווי ד׳׳ר אימיטש, וועלכער זענען אין גיכן אַנטלאָפֿן, אַפֿילו די וועלכע האָבן איבערגעלעבט בלויז אַ פּאָר שעה אונטער דער דײַטשישער הערשאַפֿט.
די פֿראַגע „ווער איז אַ לעבן־געבליבענער פֿונעם חורבן?‟, האָט מיך דערפֿירט צו אינטערעסאַנטע שמועסן מיט ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. איין מאָל האָב איך גערעדט מיט אַ פֿרוי פֿון אוקראַיִנע, וועלכע איז אַנטלאָפֿן פֿון דער געטאָ שוין אויפֿן דריטן טאָג. על־פּי נס האָט איר זיך אײַנגעגעבן צו פֿאָרן אַ פּאָר הונדערט קילאָמעטער ביז דער גרענעץ און זיך אַרײַנשמוגלען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. ווען איך האָב זי אָנגערופֿן אַ „לעבן־געבליבענער פֿונעם חורבן‟, האָט זי מיר געזאָגט אַז ס׳איז דווקא ניט אַזוי ווײַל זי האָט ניט איבערגעלעבט קיין לאַגער אָדער מערדערײַען פֿון אַן „אײַנזאַצגרופּע‟.
נאָך אַ פֿרוי, מיט וועלכער איך האָב זיך אַמאָל געטראָפֿן, אַ פּליט פֿון עסטרײַך, פֿון וואַנען זי איז אַנטלאָפֿן מיט אירע עלטערן אין 1938, גלײַך נאָכן דײַטשישן „אײַנשלוס‟, האָט זיך שטאָלץ אידענטיפֿיצירט ווי אַ לעבן־געבליבענע פֿונעם חורבן. כאָטש איך ווייס די פֿאַרשידענע מיינונגען פֿון עקספּערטן, וואָס שייך ווער פֿון זיי איז יאָ, און ווער איז ניט קיין „עכטע‟ געראַטעוועטע, האַלט איך, אַז ס׳איז אין גאַנצן ניט פּאַסיק, איך זאָל די צוויי פֿרויען זאָגן ווי אַזוי זיי זאָלן זיך אידענטיפֿיצירן בנוגע דעם חורבן. וואָס פֿאַר אַ רעכט האָב איך, צי נאָך עמעצער, זיי צו זאָגן, אַז זיי פֿאַרשטיין זייער אייגענע געשיכטע „ניט ריכטיק‟?
דעם אמת געזאָגט, צוליב מײַן אַרבעט מיט ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, בין איך געקומען צום אויספֿיר, אַז אַחוץ גאָר ספּעציפֿישע לעגאַלע קאָנטעקסטן, ווי דאָס באַשליסן, ווער זאָל באַקומען רעפּעראַציעס, שאַט מסתּמא די גענויע דעפֿיניציע מער ווי זי העלפֿט. די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה ווערן שוין דעפֿינירט, צום מערסטן טייל, לויט דעם וואָס מע האָט געטאָן מיט זיי ווי אַ גרופּע, איידער די פֿילצאָליקע זאַכן, וואָס זיי האָבן דערגרייכט ווי יחידים. דאָס צעטיילן זיי אויף קלענערע גרופּעס קען זיי צומאָל ווידער דעהומאַניזירן.
הערץ־סאָמער איז געווען אַן אויסערגעוויינטלעכע אינספּיראַציע פֿאַר מיליאָנען מענטשן איבער דער וועלט, ניט נאָר צוליב דעם, וואָס זי האָט איבערגעלעבט דעם חורבן, נאָר צוליב דעם אופֿן ווי אַזוי זי האָט איבערגעלעבט און ווי אָפּטימיסטיש זי איז געבליבן, אַפֿילו צו 110 יאָר.
ד׳׳ר אימיטש איז אַן אויסערגעוויינטלעכע פּערזענלעכקייט, ניט צוליב דעם, וואָס ער האָט איבערגעלעבט די מלחמה, נאָר צוליב דעם, וואָס ער גייט אָן ווײַטער מיטן לייענען און שרײַבן, און טראַכטן יעדן טאָג, כּדי צו פּרובירן צו געפֿינען די ענטפֿערס אויף די סאַמע שווערסטע פּראָבלעמען פֿונעם לעבן. פֿאַר זיי איז דאָס איבערעלעבן דעם חורבן נאָר איין פּרט פֿונעם לעבנס־געשיכטע און ניט זייער גאַנצע ביאָגראַפֿיע. דאָס זעלביקע איז שייך צו אַלע וואָס האָבן זיך געראַטעוועט פֿונעם נאַצישן גיהנום.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.