ראַטיר־מיטל פֿאַר אַמעריקאַנער סאָלדאַטן — געמאַכט אין ישׂראל

Lifeline for American Soldiers is Made in Israel

נאָכן קעמפֿן אין אַפֿגאַניסטאַן און איראַק, נייטיקן זיך אַ טייל אַמעריקאַנער סאָלדאַטן אין ערנסטער פּסיכאָלאָגישער שטיצע
Getty Images
נאָכן קעמפֿן אין אַפֿגאַניסטאַן און איראַק, נייטיקן זיך אַ טייל אַמעריקאַנער סאָלדאַטן אין ערנסטער פּסיכאָלאָגישער שטיצע

פֿון דזשאַרעד מילער (Forward)

Published March 07, 2014, issue of March 28, 2014.

ווען סיגל חיימאָוו, די דירעקטאָרין פֿון אַ טעלעפֿאָן־דינסט אינעם ישׂראלדיקן טראַוומע־צענטער, „נט״ל‟, הייבט אָן אַ שמועס מיט די ישׂראלדיקע מיליטערישע וועטעראַנען, שטעלט זי אַ סך סענסיטיווע פֿראַגעס, אָבער די גרינגסטע איז אָפֿט מאָל: „וואָס מאַכסטו?‟

טאַקע דערפֿאַר האָט די אַמעריקאַנער אָרגאַניזאַציע, Wounded Warrior Project (פּראָיעקט לטובֿת די פֿאַרוווּנדיקטע סאָלדאַטן), אָדער WWP, זיך געוואָנדן צו חיימאָוו: צו העלפֿן אויפֿשטעלן אַ טעלעפֿאָן־דינסט פֿאַר די אַמעריקאַנער וועטעראַנען, וועלכע לײַדן פֿון טראַוומע און קלערן אַפֿילו וועגן באַגיין זעלבסטמאָרד.

חיימאָוו, וועלכע פֿירט שוין אָן 16 יאָר מיט דער הילף־ליניע בײַ „נט״ל‟, האָט איצט געהאָלפֿן אויפֿצושטעלן אַן ענלעכן דינסט בײַ דער WWP. אַנשטאָט צו דינען די וועטעראַנען בלויז ווי אַ קריזיס־ליניע, וווּ דער וועטעראַן און דער וואָלונטיר שמועסן בלויז איין מאָל, איז דער „נט״ל‟־מעטאָד גאָר אַנדערש: דער וואָלונטיר פֿאַרשרײַבט זײַן טעלעפֿאָן און קלינגט אים רעגלמעסיק צוריק, במשך פֿון אַ צאָל וואָכן אָדער אַפֿילו חדשים.

די אַרבעט איז נישט געווען קיין גרינגע פֿאַר חיימאָוו. במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר איז זי כּסדר געפֿאָרן הין־און־קריק פֿון ישׂראל קיין דזשעקסאָנוויל, פֿלאָרידע, צו העלפֿן טרענירן די ערשטע וואָלונטירן פֿון דער WWP.

„׳נט״ל׳ זענען די עקספּערטן, ספּעציעל ווען עס רעדט זיך וועגן אַ הילף־ליניע,‟ האָט באַמערקט דייוו וואָרד, דער איבערזעער איבער WWP און אַנדערע באַדינונגען פֿון גײַסטיקן געזונט אין דער אָרגאַניזאַציע.

דער גײַסטיקער געזונט־מצבֿ פֿון די אַמעריקאַנער וועטעראַנען איז טאַקע אַן ערנסטע פּראָבלעם. לויט אַ שטודיע פֿאַראַיאָרן פֿונעם פֿעדעראַלן אָפּטייל פֿון וועטעראַן־ענינים, באַשטייען 22% פֿון אַלע זעלבסטמאָרדן צווישן 1999 און 2010 פֿון וועטעראַנען, כאָטש די וועטעראַנען באַטרעפֿן בלויז 10% פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג. ס׳רובֿ פֿון די אַמעריקאַנער, וועלכע האָבן זיך גענומען דאָס לעבן, זענען געווען מענער־וועטעראַנען עלטער ווי 50 יאָר, אָבער אַ נײַע שטודיע גיט איבער, אַז ס׳איז לעצטנס אויך געשטיגן די צאָל פֿאַלן פֿון זעלבסטמאָרד בײַ מאַנסבילן צווישן 18 און 24 יאָר, און בײַ פֿרויען־וועטעראַנען פֿון יעדן עלטער.

איין אופֿן ווי אַזוי „נט״ל‟ איז אַנדערש פֿון אַ סך אַנדערע הילף־ליניעס: זי אַראַנזשירט, אַז דער וואָלונטער, וועלכער האָט געהאָלפֿן דעם וועטעראַן בעת זײַן ערשטן טעלעפֿאָן־שמועס, זאָל זײַן דער זעלבער, וואָס רעדט צו אים יעדעס מאָל, וואָס ער קלינגט. אַזוי דאַרף דער וועטעראַן נישט איבערחזרן די זעלבע טראַוומאַטישע געשיכטע פֿאַר פֿאַרשידענע מענטשן. אויב נייטיק, פֿאַרבינדט אים דער וואָלונטיר מיט אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, וואָס העלפֿן אים צו קריגן אַ פּסיכאָטעראַפּעווט אָדער אַנדערע רעגירונג־באַדינונגען. ניצנדיק דעם מוסטער פֿון „נט״ל‟, שיידט זיך WWP אָפּ פֿון די אַנדערע אַמעריקאַנער וועטעראַן־ליניעס, וואָס פֿאָקוסירן זיך בלויז אויף אָפּשטעלן דעם זעלבסטמאָרד.

מע הייבט שוין אָן זען אַ פֿאַרבעסערונג בײַ געוויסע וועטעראַנען, וועלכע האָבן זיך געוואָנדן צו דער הילף־ליניע פֿון WWP. אַ טייל האָבן אויפֿגעהערט טרינקען משקה, און איינער האָט זיך שוין געפֿילט גענוג סטאַביל צו פֿאַרלאָזן זײַן שטוב — צום ערשטן מאָל אין זעקס יאָר.

„דאָס איז אַ גרויסער טראָט פֿאָרויס פֿאַר די וועטעראַנען,‟ האָט חיימאָוו געזאָגט. „פֿריִער האָבן זיי קוים געקאָנט זיך אַן עצה געבן, און פּלוצלינג ווערט זיי קלאָר ווי דער טאָג: „וועגן דער פֿאַרגאַנגענהייט קען איך שוין גאָרנישט טאָן, אָבער וואָס שייך מײַן צוקונפֿט קאָן איך נאָך אַ סך אויפֿטאָן!‟

„כ׳האַלט, ס׳איז זייער וויכטיק, אַז די אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט זאָל אָנערקענען די באַדערפֿענישן פֿון די סאָלדאַטן,‟ האָט חיימאָוו באַמערקט. „האָפֿנטלעך וועלן מיר זיי קענען העלפֿן, פּונקט אַזוי ווי מיר העלפֿן אונדזערע אייגענע סאָלדאַטן.‟