רוסלאַנד: נאָך דער אָלימפּיאַדע — מער מיליטאַנטישע שפּילן

Russia: After the Olympics – More Militant Games

וולאַדימיר פּוטין מיט טאָמאַס באַך, דער פּרעזידענט פֿונעם „אינטערנאַציאָנאַלן אָלימפּישן קאָמיטעט‟, פֿאַר דער עפֿענונג־צערעמאָניע פֿון דער „פּאַראַלימפּיאַדע‟, דעם 7טן מאַרץ, אין סאָטשי
Getty Images
וולאַדימיר פּוטין מיט טאָמאַס באַך, דער פּרעזידענט פֿונעם „אינטערנאַציאָנאַלן אָלימפּישן קאָמיטעט‟, פֿאַר דער עפֿענונג־צערעמאָניע פֿון דער „פּאַראַלימפּיאַדע‟, דעם 7טן מאַרץ, אין סאָטשי

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published March 09, 2014, issue of March 28, 2014.

אַז מע לעבט, דערלעבט מען. און אָט, אױך מיר האָבן דערלעבט צו זען די ערשטע פֿרילינג־טעג. די ווינטער־אָלימפּיאַדע אין סאָטשי האָט זיך, גאָט צו דאַנקען, פֿאַרענדיקט, און די רוסישע מאַכט, אין שפּיץ מיטן פּרעזידענט פּוטין, האָט לײַכט אָפּגעאָטעמט און… אויסגעדרייט דעם קאָפּ צו אוקראַיִנע. מיט אַן אָלימפּישן אַזאַרט האָבן די רוסישע סאָלדאַטן זיך דעסאַנטירט אויפֿן האַלב־אינדזל קרים, און זיך געלאָזט שטעלן „נײַע רעקאָרדן‟ פֿון אינטערווענץ און חוצפּהדיקער עקספּאַנסיע.

פֿאַרשטייט זיך, אַז די וועלט האָט שוין כּמעט פֿאַרגעסן אין די אַנומלטיקע ספּאָרט־נצחונות און מפּלות; אָבער פֿאָרט איז טשיקאַווע זיך אומצוקוקן, און אָפּצושאַצן די מעשׂים פֿון אַ לאַנד, וואָס האָט זיך לעצטנס אויסגעדרייט מיטן הינטן צו דער מערבֿ־וועלט, און שפּילט איר אייגענע מיליטאַנטישע שפּיל אויפֿן פֿעלד פֿון פֿרעמדע צרות.

די הוצאָות צוצוגרײטן און דורכצופֿירן די װינטער־אָלימפּיאַדע אין סאָטשי זײַנען געװען מער װי די געמײנזאַמע הוצאָות אױף אַלע פֿריִערדיקע װינטער־אָלימפּיאַדעס, דהײַנו — 47 מיליאַרד דאָלאַר. צום בײַשפּיל, די װינטער־אָלימפּיאַדע אינעם קאַנאַדער װאַנקוּװער אין 2010 האָט אָפּגעקאָסט די קאַנאַדער בירגער אַרום 3.4 מיליאַרד אַמעריקאַנער דאָלאַר. די רוסישע זשורנאַליסטן האַלטן, אַז אין במשך פֿון די צוגרײטונגען צו דער אָלימפּיאַדע אין סאָטשי זײַנען צוגעגנבֿעט געװאָרן אַריבער 27 מיליאַרד דאָלאַר, און איצט איז געקומען די צײַט פֿון די פּראָקוראָרן פֿעסטצושטעלן, װיפֿל פֿון די כּמעט פֿופֿציק מיליאַרד דאָלאַרן זײַנען צוגעגנבֿעט געװאָרן — צװאַנציק פּראָצענט אָדער זעכציק פּראָצענט?

אַזױ צי אַנדערש, אָבער די טראַדיציאָנעלע רוסישע קאָרופּציע האָט ניט געשטערט דער רוסלענדישער אָלימפּישער מאַנשאַפֿט צו געװינען 33 מעדאַלן, מער װי אַלע אַנדערע לענדער, און עס װײַזט אױס, אַז טאַקע אָט די־אָ גאָלדענע, זילבערנע און בראָנדזענע מעדאַלן, װי אױך די קאָלאָסאַלע גניבֿות, זײַנען געװען דער הױפּטציל פֿון די רוסישע טשינאָװניקעס בײַם דורכפֿירן די אָלימפּישע שפּילן אין סאָטשי.

איצט, וועגן דעם גרױסן רעש אַרום דעם ענין מיט די רעכט פֿון די האָמאָסעקסואַלן, לעסביאַנקעס און נאָך אַ פּאָר „סעקסועלע שטראָמען‟, אין װעלכע איך בין אַ קנאַפּער קענער… זײער גיך איז קלאָר געװאָרן, אַז אָט דער־אָ גאַנצער רעש איז ניט װערט קײן אױסגעבלאָזן אײ. אין רוסלאַנד עקזיסטירן פּשוט ניט קײן שום געזעצן קעגן די „סעקסועלע מינדערהײטן‟. דאָס אײנציקע געזעץ, װוּ ס׳װערט דערמאָנט דאָס װאָרט „האָמאָסעקסוליזם‟, איז דאָס „געזעץ קעגן דער פּראָפּאַגאַנדע פֿון האָמאָסעקסואַליזם צװישן די אונטערוואַקסלינגען און קינדער‟. דעם אמת געזאָגט, האָב איך מורא געהאַט ניט פֿאַר די ספּאָרטלער מיט דער ניט־טראַדיציאָנעלער סעקסועלער אָריענטאַציע, נאָר פֿאַר די רוסלענדישע ספּאָרט־פֿונקציאָנערן, װעלכע װעלן דאַרפֿן דריקן די האַנט דעם אָדער יענעם ספּאָרטלער־האָמאָסעקסואַליסט, װעלכער װעט זוכה זײַן צו עפּעס אַ מעדאַל. אין אַזאַ פֿאַל װאָלט יאָ געקענט אױסברעכן אַ גרױסער סקאַנדאַל. און איך װיל דערקלערן װאָס איך מיין דערמיט.

רוסלאַנד, פּונקט אַזױ װי אַ סך אַנדערע גרױסע לענדער אױף דער װעלט, האָט אירע מינהגים, אַ מאָל עטנאָגראַפֿישע, אַ מאָל היסטאָרישע, אַ מאָל קרימינעלע. מע דאַרף גלײַך זאָגן, אַז אַלע שיכטן פֿון דער רוסלענדישער געזעלשאַפֿט, פֿון אונטן ביז אױבן, זײַנען דורכגעזאַפּט מיט דער פֿאָלקלאָריזירטער קרימינעלער „ראָמאַנטיק‟, װי אויך מיט די קרימינעלע מינהגים, װעלכע זײַנען זײער װײַט פֿון ראָמאַנטיזם. די װירקונג פֿון דעם קרימינעלן „פֿאָלקלאָר‟ אױף דער רוסישער באַפֿעלקערונג איז אַזױ גרױס, אַז די קרימינעלע לעקסיק, ס’הענטשקע־לשון, איז געװאָרן אַ נאַטירלעכער טײל פֿונעם טאָג־טעגלעכן שטײגער־לעבן, אַפֿילו בײַ די מלוכה־לײַט. צוזאַמען מיט די טאָטאַלע ענדערונגען אינעם באַװוּסטזײַן פֿון נײַעם רוסלאַנד, איז אַרײַנגעבראַכט און אײַנגעשטעלט געװאָרן די שטרענגע סיסטעם פֿון אַ ספּעציפֿישער „בלאָטע‟־היעראַרכיע, אין װעלכער דער „אַראָפּגעלאָזטער‟, ס’הײסט, אַ פֿאַרגװאַלדיקטער מאַן, געפֿינט זיך אין סאַמע דנאָ פֿון דער סאָציאַלער „בלאָטע‟.

אַזאַ מענטש, נעבעך, װערט אַרײַנגעלײגט אין חרם, און טאַקע אױף אַזױ טיף און אַכזריותדיק, אַז, לױטן „קרימינעלן קאָדעקס‟, איז אַפֿילו צו דריקן די האַנט אַזאַ מענטשן קאַטעגאָריש פֿאַרבאָטן. ס’רובֿ פֿון דער רוסישער באַפֿעלקערונג, צום באַדױערן, געפֿינט זיך אונטער דער װירקונג פֿון די „קרימינאַליזירטע מינהגים‟, און מאַכט ניט קײן אונטערשײד צװישן די „האָמאָסעקסואַליסטן‟ און די „אַראָפּגעלאָזטע‟. לױט די לעצטע סאָציאָלאָגישע אױספֿרעגן, וואָלטן אַריבער 90 פּראָצענט פֿון די רוסישע בירגער זיך אָפּגעזאָגט צו דריקן די האַנט אַ מענטשן, אױב זײ װעלן װיסן, אַז יענער איז אַ האָמאָסעקסואַליסט אָדער אַן „אַראָפּגעלאָזטער‟.

דאָס איז זײער טרױעריק, אָבער, לױט דער מײנונג פֿון די רוסישע סאָציאָלאָגן, איז אַזאַ היפּערטראָפֿירטע נעגאַטיװע באַציִונג צו דער „שטאָלצער קהילה‟ ממש אײַנגעקריצט געװאָרן אינעם באַװוּסטזײַן פֿון דער רוסישער באַפֿעלקערונג. אַ פּאָר באַװוּסטע רוסישע זשורנאַליסטן, מיט װעלכע כ’האָב גערעדט אױף דער דאָזיקער טעמע, האָבן מיר גלײַך געזאָגט, אַז זײ גלייבן ניט, אַז עמעצער פֿון די הױכגעשטעלטע רוסלענדישע מלוכה־לײַט װאָלטן געדריקט די האַנט אַ האָמאָסעקסואַליסט, אַפֿילו װען יענער װאָלט געשטאַנען אױפֿן אָלימפּישן פּעדעסטאַל.

בקיצור, קײן סענסאַציע־סקאַנדאַלן זײַנען אױף דער װינטער־אָלימפּיאַדע אין סאָטשי ניט געװען, און רוסלאַנד האָט באַװיזן דער גאַנצער װעלט, אַז די מדינה איז שטאַרק גרױס און רײַך — קײן גאָלד און טאַלאַנטן סטײַען איר ניט. אמת, די געשעענישן אין אוקאַיִנע האָבן, ווי געזאָגט, אָפּגעװענדעט דעם אױפֿמערק פֿון דער װעלט צו דער חגא אין סאָטשי, אָבער, ווי ס‘האָט באַמערקט דער ישׂראלדיקער פּרעזידענט שמעון פּערעס, איז פּוטין אַ סך קליגער װי די וועלט מײנט. הײַנט, װען דער גרױסער נאַציאָנאַלער פּראָיעקט, די אָלימפּישע װינטער־חגא, איז שױן פֿאַרבײַ, קען דער רוסישער פּרעזידענט װײַזן די „אױפֿגעלעבטע אוקראַיִנישע פֿאַשיסטן‟ — לױט דער לעקסיק פֿון כּמעט אַלע רוסישע מאַסן־מעדיאַ — װער איז דער אמתער באַלעבאָס בײַ זיי דער הײם.