די ייִדישע קהילה אין מאַראָקאָ האָט לעצטנס דורכגעפֿירט איר יערלעכע רײַזנדיקע אויסשטעלונג וועגן די מאַראָקאַנער ייִדן.
פֿונעם 24סטן ביזן 26סטן פֿעברואַר האָט דער „קאַראַוואַן פֿון דער ייִדיש־מאַראָקאַנער קולטור־ירושה‟ געבראַכט ייִדישע פֿילמען, חפֿצים און ליטעראַטור אין דרײַ שטעט — פֿעז, איפֿראַן און קאַסאַבלאַן, כּדי צו דערציילן די אָרטיקע מאַראָקאַנער וועגן די מינהגים פֿון דער ייִדישער קהילה.
הײַיאָר איז די טעמע פֿון דער אויסשטעלונג געווען דער ייִדישער מוזיי אין קאַסאַבלאַן, וואָס איז מסתּמא די איינציקע אינסטיטוציע פֿון אַזאַ מין אין דער גאָרער אַראַבישער וועלט, און געניסט אַפֿילו פֿון פֿאָנדן מצד דער מאַראָקאַנער רעגירונג.
דער קאַראַוואַן, וואָס באַשטייט פֿון עטלעכע וואַגאָנען, איז אָנגעפֿירט געוואָרן דורך אַ גרופּע אַקטיוויסטן פֿונעם ייִדישן קולטור־פֿאַרבאַנד „מימונה‟. דער טור פֿון די דרײַ שטעט האָט פֿאַרנומען 300 מײַל, און האָט זיך געענדיקט בײַם מוזיי אין קאַזאַבלאַן, וואָס האָט לעצטנס דורכגעמאַכט אַ פֿולשטענדיקן רעמאָנט.
„מימונה‟ האָט אָרגאַניזירט די באַוועגלעכע אויסשטעלונג בשותּפֿות מיטן „אַל־אַכאַוויין אוניווערסיטעט‟ אין איפֿראַנע, לעבן פֿעז. במשך פֿונעם טור האָבן די אָרגאַניזירער אויך אָפּגעהאַלטן ייִדישע קאָך־קלאַסן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.
סערזש באַרדוגאָ, דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער מאַראָקאַנער ייִדישער קהילה, האָט בעת אַ רעדע אינעם מוזיי דערקלערט, אַז „די מאַראָקאַנער ייִדן אין אויסלאַנד האַלטן ווײַטער אָן אַן ענגע פֿאַרבינדונג מיט זייער אָפּשטאַם־לאַנד‟.
בערך 250,000 מאַראָקאַנער ייִדן האָבן עולה געווען קיין ישׂראל נאָך דער גרינדונג פֿון דער מדינה אין 1948. די הײַנטיקע קהילה באַטרעפֿט בערך 3,000 נפֿשות, לויטן „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.