אַ גרופּע ישׂראלדיקע וויסנשאַפֿטלער און אינזשענירן אַרבעטן איצט איבער זייער אַ קליינעם קאָסמאָס־אַפּאַראַט, וועלכן זיי קלײַבן זיך אָפּצושיקן אויף דער לבֿנה. דערווײַל, האָבן נאָר די פֿאַראייניקטע שטאַטן, רוסלאַנד און כינע דערגרייכט די לבֿנה; צום סוף פֿונעם יאָר 2015, האָפֿן די ישׂראלים אויך צו דערגרייכט דעם דאָזיקן אַמביציעזן ציל.
דער אַפּאַראַט וועט וועגן, לויטן פּלאַן, בלויז 140 קילאָגראַם, און אויסזען נישט גרעסער פֿון אַ קליינעם פֿרידזשידער. דערווײַל, האָט מען אָנגערופֿן די קאָסמאָס־פּראָבע „שפּערל‟.
יריבֿ באַש, אַן אינזשעניר־עלעקטראָניקער און דער גרינדער פֿון דער גרופּע „SpaceIL‟, וועלכע פֿאַרנעמט זיך איצט מיטן פּראָיעקט, האָט דערקלערט, אַז דאָס לאַנדן אויף דער לבֿנה וועט זײַן דער שווערסטער טייל פֿונעם פּלאַן. אָפּצושיקן אַ ראַקעט אויף דער לבֿנה־אָרביטע איז נישט אַזאַ גרויסער חידוש. אַראָפּצוברענגען אַהין אַ קאָמפּליצירטן עלעקטראָנישן אויטאָמאַט איז אָבער אַן אַנדער מעשׂה. איינע פֿון די הויפּט־שוועריקייטן איז דער נישט גלאַטער לאַנדשאַפֿט פֿון דער לבֿנה, פֿול מיט הויכע בערג און טיפֿע קראַטערס.
אינעם יאָר 2007, האָט די קאָמפּיוטער־פֿירמע „גוגל‟ צוגעזאָגט צו באַלוינען די ערשטע פּריוואַט־געשטיצטע גרופּע, וואָס וועט דערגרייכט די לבֿנה מיט איר אייגענער קאָסמאָס־פּראָבע, מיט אַ פּריז פֿון 20 מיליאָן דאָלאַר. לויט די תּנאָים פֿונעם פֿאַרמעסט, מוז די פּראָבע זיך אויפֿהייבן אויף 500 מעטער פֿונעם לבֿנה־אויבערפֿלאַך און איבערגעבן צוריק אויף דער ערד פֿאָטאָגראַפֿיעס און אַ פֿילם.
בײַם אָנהייב, האָבן זיך אינעם פֿאַרמעסט באַטייליקט 33 גרופּעס. אַ טייל פֿון זיי האָבן, אָבער, שפּעטער פֿאַרלאָזט זייערע פּראָיעקטן. איצט פֿאַרמעסטן זיך 18 פּריוואַטע גרופּעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איטאַליע, יאַפּאַן, דײַטשלאַנד, בראַזיל, קאַנאַדע, אינדיע און טשילי.
די שאַפֿער פֿון דער ישׂראלדיקער פּראָבע גלייבן, אַז זיי וועלן געווינען דעם פּריז צוליב דער אומגעוויינטלעך קליינער מאָס פֿונעם מכשיר. ס׳רובֿ פֿונעם וואָג פֿאַרנעמט דער ברענשטאָף און די ראַקעט־סיסטעם. בעתן לאַנדן, וועט עס וועגן בלויז 40 קילאָגראַם. באַש האָט דערקלערט, אַז דער קליינער וואָג העלפֿט אויך צו פֿאַרקלענערן די הוצאות פֿונעם קאָסמאָס־פֿלי; דאָס דערמעגלעכט צו אַרבעטן איבערן פּראָיעקט מיט זייער אַ באַגרענעצטן בודזשעט, אַ דאַנק דער שטיצע, וואָס קומט, דער עיקר, פֿון אַ צאָל פֿילאַנטראָפּן.
דער גרויער זעקס־זײַטיקער אַפּאַראַט וועט זײַן אָנגעפֿילט מיט זעקס קאָמפּיוטערס און אַכט ווידעאָ־קאַמערעס. אויב דער פּלאַן וועט געלונגען, וועט עס זײַן די סאַמע קאָמפּיוטעריזירטע לבֿנה־פּראָבע אין דער געשיכטע. דערווײַל האָט מען געשאַפֿן בלויז אַ פּראָטאָטיפּ; אין 12־18 חדשים אַרום האָפֿט מען צו שאַפֿן דעם עכטן אַפּאַראַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.