די איצטיקע דעבאַטעס אין ישׂראל וועגן אַרײַנציִען די חרדים אין מיליטער זײַנען געוואָרן אַזוי צעהיצט, אַז די געזעלשאַפֿטלעכע סיטואַציע קען זיך בײַטן אויף אַ ראַדיקאַלן אופֿן. דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק האָבן איבער 300,000 חרדים בלאָקירט די גאַסן פֿון ירושלים אין אַ ריזיקן פּראָטעסט קעגן דעם פֿאָרגעלייגטן געזעץ, און דעם זונטיק אָרגאַניזירט מען אַן ענלעכע דעמאָנסטראַציע דאָ אין ניו־יאָרק. די בעלזער חסידים סטראַשען מיט אַ פּלאַן, אַז די גאַנצע גרופּע זאָל פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד און זיך באַזעצן אין אַמעריקע. לויט דער צײַטונג „מעריבֿ‟, האָבן שוין עטלעכע אַמעריקאַנער סענאַטאָרן צוגעזאָגט צו העלפֿן די חרדים באַקומען דעם אָפֿיציעלן סטאַטוס פֿון פּליטים, וואָס וואָלט דערמעגלעכט זייער אימיגראַציע.
דער דאָזיקער פּלאַן איז אויפֿגעקומען בײַ אַ טרעפֿונג פֿונעם בעלזער רבין מיטן סאַטמאַרער רבין מיט עטלעכע וואָכן צוריק אין ירושלים. די ביידע הויפֿן האָבן זיך יאָרן לאַנג געקריגט, אָבער אין די לעצטע יאָרן האָבן זיי זיך דערנענטערט, צום טייל, צוליב משפּחה־סיבות: די בעלזער און די סאַטמאַרער רביצין זײַנען שוועסטער. בײַ דער טרעפֿונג האָט דער סאַטמאַרער רבי ר’ אַהרן טייטלבוים דערציילט וועגן דעם פֿעסטן מעמד פֿון חרדישער ייִדישקייט אין אַמעריקע. דאָ איז די סיטואַציע בעסער ווי אין ישׂראל, וווּ די אַטמאָספֿער איז פֿאַרסמט מיט אַנטי־חרדישע געפֿילן און די חרדישע פּאַרטייען זײַנען איצט אויסגעשלאָסן פֿון דער רעגירונג.
דערווײַל זײַנען קיין אַנדערע חרדישע גרופּעס ניט צוגעשטאַנען צום בעלזער פּלאַן, און עס קען זײַן, אַז אַפֿילו בײַ די בעלזער איז דאָס נאָר אַ פֿאַנטאַזיע. ווי אַזוי וועט אַמעריקע אַרײַנלאָזן צענדליקער טויזנטער חרדים, וואָס ווילן ניט דינען אין מיליטער, ווען מען פֿאַרמאַכט די טיר פֿאַר אָן אַ שיעור פּליטים, וואָס אַנטלויפֿן פֿון אמתע מלחמות און רדיפֿות איבער דער וועלט? ס׳איז ניט יושרדיק. אָבער אַז מע נעמט אין באַטראַכט דעם פּאָליטישן כּוח פֿון די ייִדן אין אַמעריקע, און ספּעציעל פֿון אונדזערע חרדישע קהילות, וואָס שטימען ווי אַ „בלאָק‟, קען עס גרײַלעך געמאָלט זײַן.
אויפֿן ערשטן בליק זעט דער בעלזער פּלאַן אפֿשר אויס ווי אַן אַבסורד, אָבער אַז מע טראַכט זיך אַרײַן אין דעם ענין, זײַנען פֿאַראַן גענוג וואָגיקע אַרגומענטן אים צו שטיצן. קודם־כּל, וואָלט אַזאַ איבערפֿלאַנצונג פֿון די ישׂראל־חרדים געווען גוט פֿאַר די חרדים אַליין. אין אַמעריקע איז ניטאָ קיין צוואַנג צו דינען אין מיליטער, אָדער אין וואָס עס איז אַנדער מלוכישער אינסטיטוציע. די רעליגיעזע פֿרײַהייט איז פֿאַרזיכערט אין דער קאָנסטיטוציע. יעדער ייִד, וואָס וויל עס, האָט דאָס פֿולע רעכט צו לערנען תּורה אַ גאַנצן טאָג — אַ גאַנץ לעבן. יעדע גרופּע קען זיך דאָ פֿירן ווי זי וויל, אַבי זי טשעפּעט ניט די אַנדערע. דערפֿאַר לעבן זיך די ייִדן אין אַמעריקע בשלום, די שטימונג צווישן די פֿרומע און פֿרײַע איז ניט קיין אָנגעצויגענע. פֿאַרקערט, אַ מאָל איז זי אַפֿילו אַ פֿרײַנדלעכע, ווײַל מע לעבט באַזונדער, יעדע גרופּע איז אַ קהילה פֿאַר זיך און מישט זיך ניט אין די געשעפֿטן פֿון די אַנדערע.
ס׳איז אויך גוט באַוווּסט, אַז די חרדים אין אַמעריקע לעבן אַ סך בעסער ווי אין ישׂראל, וווּ זיי ציילן צווישן די אָרעמסטע בירגער פֿון דער מדינה. עס זײַנען שוין פֿאַראַן ישיבֿות און מוסדות צו אינטעגרירן וויפֿל ישׂראל־חרדים עס זאָלן נאָר וועלן זיך באַזעצן דאָ. אמת, די חרדישע באַפֿעלקערונג פֿון ישׂראל איז גרויס: אין יאָר 2011 האָט מען דאָרט געשאַצט אַן ערך 700,000 חרדים, און דאָ ווווינען שוין אפֿשר אַ האַלבער מיליאָן. אָבער ישׂראל איז אַ קליין לענדעלע און די חרדים וואַרפֿן זיך דאָרט אין די אויגן ווי אַ רעלאַטיוו גרויסער טייל פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג — איבער 10%. אין אַמעריקע, ווידער, אַ לאַנד פֿון איבער 300 מיליאָן, קען מען באַזעצן אַ מיליאָן חרדים ערגעץ הינטער דער שטאָט און קיינער וועט זיי ניט באַמערקן. די איבערפֿלאַנצונג פֿון חרדים וואָלט געהאָלפֿן סײַ צו רעדוצירן די שפּאַנונג אין ישׂראל, וווּ די ייִדן שלאָגן זיך צו באַקומען ביליקע דירות, סײַ צו פֿאַרשטאַרקן ייִדישקייט אין אַמעריקע. ווײַל ווי באַלד עס וווינען חרדים אין דער זעלביקער שטאָט אָדער שטעטל, האָבן די אַנדערע ייִדן אויך די מעגלעכקייט צו קויפֿן כּשר עסן, צו גיין אין אַ טראַדיצאָנעלער שיל, צו שיקן די קינדער אין חדר אאַז”וו.
ניט בלויז ייִדישקייט, נאָר די ייִדישע שפּראַך אַליין וואָלט אויך געוואָרן שטאַרקער פֿון אַריבערברענגען די חרדים קיין אַמעריקע. די בעלזער חסידים זײַנען הײַנט צווישן די ווייניק חרדישע גרופּעס אין ישׂראל, וואָס רעדן נאָך ייִדיש צווישן זיך. די גערער חסידים, למשל, די גרעסטע חסידישע גרופּע, און אפֿשר 90% פֿון ישׂראל־חרדים בכלל, רעדן הײַנט עבֿרית. ס׳איז אַ בפֿירושע סכּנה, אַז די חרדים זאָלן דאָרט ניט פֿאַרגעסן זייער מאַמע־לשון און ווערן ניט אין גאַנצן „העברעיִזירט‟, רחמנא־לצלן.
דאָס איז אַ פּראָבלעם, וואָס די חרדים אָנערקענען אַליין, אין אַ געוויסער מאָס, ווײַל זיי לערנען ווײַטער אויף ייִדיש אין די חדרים און ישיבֿות, אַפֿילו ווען די גערעדטע שפּראַך צווישן די תּלמידים איז הײַנט עבֿרית. איין לייזונג וואָלט געווען זיי צו באַזעצן צווישן די ייִדיש־רעדנדיקע אַמעריקאַנער חרדים, ווײַל די נאַטירלעכע שפּראַך צווישן די צוויי גרופּעס וואָלט געווען ייִדיש, און אַזוי וואָלטן די ישׂראל־חרדים זייער גיך צוריק „פֿאַרייִדישט‟ געוואָרן. איך האָב מיט די אייגענע אויגן געזען אין באָראָ־פּאַרק, ווי אַ סך חסידישע יונגע־לײַט, געבוירענע אין ישׂראל, וואָס רעדן ווײַטער העברעיִש מיט טאַטע־מאַמע, רעדן נאָר ייִדיש מיט זייערע פֿרומע שכנים.
בקיצור, עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל אויסצוברייטערן דעם פּלאַן צו באַזעצן ניט בלויז די בעלזער חסידים, נאָר וואָס מער ישׂראלדיקע חרדים פֿון אַלע מינים דאָ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַזאַ איבערפֿלאַנצונג וואָלט געווען גוט פֿאַר די חרדים, גוט פֿאַר דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט און עקאָנאָמיע, און גוט צו פֿאַרפֿעסטיקן ייִדישקייט און די ייִדישע שפּראַך. מע דאַרף נאָר איבעררעדן די אַמעריקאַנער רעגירונג, און די חרדים אַליין…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.