200 יאָר זינט דעם געבורט פֿון אוקראַיִנישן פּאָעט, טאַראַס שעווטשענקאָ

200th Anniversary of Ukrainian Poet, Taras Shevchenko


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published March 11, 2014, issue of March 28, 2014.

דעם זונטיק האָט מען סײַ אין אוקראַיִנע, סײַ אין אַנדערע לענדער זייער ברייט אָפּגעמערקט דעם 200־יאָריקן יוביליי פֿונעם אוקראַיִנישן נאַציאָנאַלן פּאָעט, טאַראַס שעווטשענקאָ. אין דעם קאָנטעקסט פֿון די הײַנטיקע טראַגישע געשעענישן אין אוקראַיִנע, האָט דער יוביליי באַקומען אַ ספּעציפֿישע באַפֿאַרבונג.

אין די סאָוועטישע צײַטן האָט זיך געפֿירט, אַז יעדעס פֿאָלק פֿלעגט „באַקומען‟ אַן אייגענעם פֿאַרכּשרטן קלאַסיקער פֿון דער נאַציאָנאַלער ליטעראַטור. בײַ ייִדן האָט מען ניט גלײַך באַשלאָסן, וועמען פֿון די דרײַ קלאַסיקער אויסצוקלײַבן ווי דעם אייגענעם: מענדעלע, פּרצן צי שלום-עליכמען.

מענדעלע האָט אויסגעזען ווי אַ גוטער קאַנדידאַט, בפֿרט נאָך, אַז ער האָט ניט לאַנג פֿאַר זײַן פּטירה אין דעצעמבער 1917 באַוויזן צו זאָגן אָדער אַפֿילו אָנצושרײַבן וואַרעמע ווערטער וועגן דער רעוואָלוציע.

אָבער זײַנע ווערק האָבן ניט שטאַרק אויסגענומען בײַם מאַסן-לייענער. אַזוי אַז ער איז פֿאַרבליבן מער אַ „טעאָריטישער‟ קלאַסיקער — מע האָט אים געלויבט, אָבער מע האָט זיך ניט שטאַרק צוגעכאַפּט צום לייענען זײַנע ווערק. הגם מיט פּרצן האָט מען זיך שטאַרק אַרומגעטראָגן אין די סאָציאַליסטישע קרײַזן, האָבן די קאָמוניסטן געהאַט מיט אים צרות, ווײַל ער האָט אָפֿט מאָל אויסגעזען ווי אַ נאַציאָנאַליסט. שוין אָפּגעשמועסט, אַז זײַן נאָמען האָט זיך אַסאָציִיִרט מיט פּוילן, און פֿון פּוילן איז, אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, כּמעט גאָרנישט ניט געווען אָן אַ פּסול, בפֿרט אין די 1920ער און 1930ער יאָרן.

שלום-עליכם איז געווען אַן „אייגענער‟ און דערצו איז די פּראָזע זײַנע געווען פּאָפּולער צווישן לייענער. למשל, די סטאַטיסטיק פֿון דער קיִעווער ייִדישער ביבליאָטעק אויפֿן נאָמען פֿון מאָריס ווינטשעווסקי ווײַזט, אַז אין יאָר 1930 האָט מען דאָרטן 1,423 מאָל גענומען ביכער פֿון שלום-עליכמען, בעת מענדעלעס ביכער האָט מען גענומען בלויז 644 מאָל. שלום-עליכמען האָט מען אויך אַ סך געלייענט אויף רוסיש. הקיצור, ער איז אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד געוואָרן דער ייִדישער קלאַסיקער. ניט ווייניק איז שוין אָנגעשריבן (איך האָב אויך צוגעליינט צו דעם מײַן האַנט) וועגן דעם, ווי מע האָט געפֿײַערט שלום-עליכמס יובילייען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. וועגן דעם קען מען שרײַבן אַ באַזונדער בוך.

אין מאַרץ 1939 איז זייער ברייט אָפּגעמערקט געוואָרן שלום-עליכמס 80־יאָריקן יוביליי. אָבער מע האָט זיך געכאַפּט, אַז ער איז זייער נאָענט מיטן 125סטן יוביליי פֿון דעם אוקראַיִנישן קלאַסיקער טאַראַס שעווטשענקאָ: שלום-עליכם איז געבוירן געוואָרן דעם 2טן מאַרץ 1859, און שעווטשענקאָ — דעם 9טן מאַרץ 1814.

אַ געוויסע צײַט האָט מען אַפֿילו גערעדט וועגן דעם, מע זאָל פֿײַערן ביידע דאַטעס צוזאַמען, צו מאַכן אַ מין שעווטשענקאָ-שלום-עליכם-יובֿל. אָבער דערנאָך האָט מען די דאָזיקע אידעע באַגראָבן און געמאַכט אַנדערש, און דווקא ניט כראָנאָלאָגיש: קודם-כּל, האָט מען אָפּגעהוליעט שעווטשענקאָס יום-טובֿ, און שלום-עליכמס 80־יאָריקייט האָט מען אָפּגעמערקט שפּעטער. דערמיט איז געוויזן געוואָרן, אַז שעווטשענקאָ איז פֿון דעסטוועגן וויכטיקער.

דערבײַ האָט מען גענומען זוכן אַ שותּפֿות צווישן די צוויי קלאַסיקער. מיט שעווטשענקאָ האָט זיך גאָרנישט ניט געקענט באַקומען, ווײַל ווען ער איז געשטאָרבן, אין יאָר 1861, איז שלום-עליכם געווען אין גאַנצן צוויי יאָר אַלט. פֿאַרשטייט זיך, אַז טעאָרעטיש האָט מען געקענט צוטראַכטן אַזאַ בילד: שעווטשענקאָ קומט צו שלום-עליכמס עלטערן און זינגט דאָרטן וויגלידער דעם קומענדיקן ייִדישן קלאַסיקער. דאָך אַזוי ווײַט — איך וואָלט געזאָגט, צפֿון-קאָרעאַניש — איז די סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדע ניט אַוועק.

שלום-עליכם האָט זיך יאָ „געלאָזט‟ שאַפֿן אַ שעווטשענקאָ-לעגענדע. בפֿרט נאָך, אַז אונטער דער האַנט איז געווען דעם שרײַבערס ייִנגערער ברודער, וואָלף (וועוויק) ראַבינאָוויטש, וועלכער איז געשטאָרבן אין דעם יוביליי-יאָר. אָבער ער האָט באַוויזן אָנצושרײַבן אַ בוך זכרונות וועגן זײַן באַרימטן ברודער. און מיט אַזאַ פֿעסטער האַנט איז דאָס בוך אָנגעשריבן געוואָרן, אַז עס גנבֿעט זיך אַרײַן אַ חשד, אַז עמעצער האָט אים שטאַרק אַרויסגעהאָלפֿן עס צו טאָן.

אין דעם בוך ווערט באַשריבן, ווי שלום-עליכם איז געווען ממש פֿאַרליבט אין שעווטשענקאָס פּאָעזיע. ווי אַזוי קען מען די דאָזיקע ליבע באַשטעטיקן? איך מיין, אַז ס‘איז אוממעגלעך, סײַדן ס‘וועלן זיך אַנטפּלעקן מאַטעריאַלן וועגן דעם, ווי אַזוי ס‘איז אָנגעשריבן געוואָרן וואָלף ראַבינאָוויטשעס בוך.

***

אין מאָסקווע איז אויף זײַן אָרט אומגעקערט געוואָרן דער דענקמאָל, וועלכן מע האָט געהאַט געשטעלט דאָרטן מיט 50 יאָר צוריק, אָבער אין די לעצטע יאָרן האָט מען אים רעסטאַוורירט. דאָך, איז די באַציִונג צום אוקראַיִנישן דיכטער אין רוסלאַנד געוואָרן אַן אַנדערע, ניט אַזאַ ווי אין די סאָוועטישע יאָרן, ווען ער איז געווען אַ „הייליקער‟.

איצט שרײַבט מען אין רוסלאַנד, אַז שעווטשענקאָ איז געווען אַ מיטלמעסיקער קינסטלער, אַ שיכּור, אַ ווײַבערניק. מע האָט זיך געכאַפּט, אַז ער איז געווען אַנטי-רוסיש געשטימט. מע גריבלט זיך ווידער אין זײַן באַציִונג צו די ייִדן, צו וועלכע ער האָט קיין מאָל ניט אַרויסגעוויזן קיין ליבע, כאָטש אַ מאָל האָט ער געשטעלט זײַן נאָמען אונטער אַ בריוו קעגן אָפֿענע אַנטיסעמיטן. אָבער דער טעקסט פֿון דעם בריוו איז, אין תּוך אַרײַן, אַזאַ: ייִדן זײַנען ווילדע מענטשן, מישן צו בלוט אין מצה, אָבער שולדיק אין דעם זײַנען אויך די אַרומיקע פֿעלקער, אַזוי אַז מע טאָר ניט זײַן צו שטרענג צו זיי.

באַזונדערס ביטער אַטאַקירט מען שעווטשענקאָ מצד דעם פּראַוואָסלאַוונעם איסטעבלישמענט. לאָזט זיך אויס, אַז ער איז געווען אַ לעסטער, און אין הײַנטיקן רוסלאַנד ווערט חילול-השם, לעסטערונג פֿאַררעכנט כּמעט ווי אַ בגידה.