יוליוס מײַנל, אַ פּראָמינענטער געשעפֿטסמאַן, איז אויסגעקליבן געוואָרן ווי דער נײַער פּרעזידענט פֿונעם „אייראָ־אַזיאַטישן ייִדישן קאָנגרעס‟ (EAJC) — אַ טייל פֿונעם „ייִדישן וועלט־קאָנגרעס‟, וועלכער פֿאַרנעמט זיך מיט די ייִדישע ענינים אין רוסלאַנד, אוקראַיִנע און אַ אַנדערע געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן, ווי אויך אין אַ צאָל אַנדערע לענדער, אַרײַנגערעכנט אינדיע, מיאַנמאַר, סינגאַפּור און נײַ־זילאַנד.
מײַנל אַליין איז אַ בירגער פֿון עסטרײַך און גרויס־בריטאַניע. אויפֿן ערשטן בליק, האָט ער נישט קיין שײַכות צו דער דערמאָנטן ראַיאָן. זײַן עלטער־עלטער־זיידע, וועלכער האָט געטראָגן דעם זעלבן נאָמען — יוליוס מײַנל דער ערשטער — האָט געגרינדעט אַ גרויסע ווינער קאָפֿע־פֿירמע און אַ נעץ פֿון שפּײַז־קראָמען. ער איז נישט געווען אַ ייִד, און דער הײַנטיקער יורש פֿון זײַנע געשעפֿטן האָט ווייניק שײַכות צו ייִדישקייט. די מאַמע פֿונעם נײַ־אויסגעקליבענעם פּרעזידענט איז אַ געשמדטע, און ער איז נישט רעגיסטרירט ווי אַ מיטגליד פֿון דער ייִדישער קהילה אין ווין, וווּ ער וווינט.
מאָטיע טשלענאָוו, דער פֿאַרטרעט־דירעקטאָר פֿונעם „רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס‟, האָט דערקלערט דעם „Forward‟, אַז דער אומגעוויינטלעכער אויסקלײַב איז נישט קיין צופֿאַל. הגם מײַנל האָט אַ קליינעם שײַכות צו דער ייִדישער קהילה, איז ער אַ וועלט־באַקאַנטער געשעפֿטסמאַן, וועלכער קאָן דינען ווי אַ מוסטער פֿאַר די הײַנטיקע רוסיש־ייִדישע פֿילאַנטראָפּן.
טאָמאַס הימער, מײַנלס וואָרטזאָגער, האָט איבערגעגעבן דעם „Forward‟, אַז ס׳איז נישט מעגלעך צו פֿאַרבינדן זיך דירעקט מיטן נײַעם פֿירער פֿון EAJC. לויט דער אינפֿאָרמאַציע, וואָס הימער האָט צוגעשיקט, האָט מײַנל געזאָגט דעם 17טן פֿעברואַר בעת דער יערלעכער גענעראַל־אַסאַמבלעע פֿון EAJC אין ירושלים, אַז די נײַע פּאָזיציע וועט ווערן זײַן „נײַער שריט אין דער ייִדישער וועלט‟. ביז איצט, איז זײַן שײַכות צו ייִדישקייט באַשטאַנען, אויף וויפֿל מע ווייסט, אינעם געבן נדבֿות פֿאַר אַ קליינער שיל אין ווין, ווי אויך פֿאַרן ישׂראלדיקן „צענטער אויפֿן נאָמען פֿון יצחק ראַבין‟.
ווײַזט אויס, אַז מײַנל האָט אָבער יאָ אַ שײַכות צו צווייפֿלהאַפֿטיקע געשעפֿטן. אינעם יאָר 1983, זײַענדיק דעמאָלט אַ 24־יאָריקער יונגערמאַן, איז ער געוואָרן דער בעל־הבית פֿון „מײַנל באַנק‟ — אַ טייל פֿון זײַן משפּחה־ירושה. שפּעטער, האָט ער געגרינדעט די פֿירמע „מײַנל אייראָפּעיִש לאַנד‟, וואָס האַנדלט מיט הײַזער. די פּאָליציי פֿירט איצט דורך אַן אויספֿאָרשונג פֿון די שווינדלערישע מאַכינאַציעס צווישן דעם באַנק און דער הײַזער־פֿירמע, וועלכע האָבן זיך אָנגעהויבן, ווי מע איז חושד, אינעם יאָר 2007, בעת דעם גלאָבאַלן עקאָנאָמישן קריזיס.
מײַנל לייקנט אָפּ, אַז ער האָט געהאַט אַ וועלכע־ניט־איז שײַכות צו דעם שווינדל. אין אַפּריל 2009, האָט מען אים אַרעסטירט און מיט צוויי טעג שפּעטער אַרויסגעלאָזט אויף קויציע פֿאַר 137.5 מיליאָן דאָלאַר. יוסף זיסעלס, דער פֿאָרזיצער פֿונעם גענעראַל־ראַט בײַ EAJC, האָט באַטאָנט, אַז כּל־זמן די פּאָליציי האָט נישט באַשטעטיקט מײַנלס שולד, וועט מען אים באַטראַכטן ווי אַן אומשולדיקן פֿילאַנטראָפּ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.