די טעג מערקן מיר אָפּ 46 יאָר זינט דער טרויעריק באַוווּסטער מלוכישער אַנטיסעמיטישער כוואַליע. אין מאַרץ 1968 האָט די אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע פֿון דער פּוילישער מלוכה דערגרייכט איר הויכפּונקט. ייִדן, אַפֿילו אַזעלכע, וואָס האָבן נישט געהאַט קיין שום שײַכות מיט דער ייִדישער קהילה, אַפֿילו אַזעלכע, וואָס האָבן געטאָן אַלץ וואָס איז נאָר מעגלעך, כּדי צו אַסימילירן זיך, האָבן מיט אַ מאָל פֿאַרלוירן זייערע פּאָסטנס און אַרבעט־פּלעצער. זשורנאַליסטן זענען געוואָרן איבערנאַכט אויס זשורנאַליסטן און פּראָפֿעסאָרן זענען געוואָרן אויס פּראָפֿעסאָרן. פֿון ייִדישע אָפֿיצערן אין דער פּוילישער אַרמיי איז שוין אָפּגערעדט.
פֿאַרשטייט זיך, אַז אָפֿיציעל האָט מען עס גערופֿן אַן אַנטי-ציוניסטישע אַקציע, נישט קיין אַנטיסעמיטישע. די צרה איז געווען אָבער, אַז יעדער ייִד איז באַטראַכט געוואָרן ווי אַ ציוניסט.
אַ סך ייִדן זענען דעמאָלט אַרויסגעפֿאָרן קיין צפֿון, אין די סקאַנדינאַווישע לענדער אָדער קיין דרום, קיין ווין. פֿון ווין זענען אַ געוויסע צאָל געפֿאָרן קיין ישׂראל. די ייִדן וואָס זענען געבליבן, ווי אויך פּוילישע חבֿרים פֿון די אַרויסגעפֿאָרענע זענען געקומען צום וואָקזאַל זיך געזעגענען מיט זיי. סע האָט זיך דעמאָלט געדאַכט, אַז מען זעט זיך צום לעצטן מאָל.
די פֿונדאַציע „שלום‟ האָט אָרגאַניזירט אַ דריטע אָנדענק־אַקאַדעמיע אויפֿן גדאַנסקער וואָקזאַל — אַ וואַרשעווער וואָקזאַל פֿון וואַנעט מען פֿאָרט קיין גדאַנסק און פֿון דאָרט אין די סקאַנדינאַווישע לענדער.
15,000 ייִדן זענען דעמאָלט אַנטלאָפֿן פֿון פּוילן, צווישן זיי — 500 וויסנשאַפֿטלער און 1,000 סטודענטן. אַלע האָבן געמוזט מוותּר זײַן אויף זייער פּוילישער בירגערשאַפֿט און באַקומען אַ „לעסע-פּאַסע‟, וואָס האָט נישט דערלויבט זייער צוריקקער קיין פּוילן.
דער פּוילישער ייִדישער דיכטער, הענריק גרינבערג, האָט דעמאָלט געשריבן: „זיי האָבן דאָ איבערגעלאָזט מער ווי זיי האָבן מיטגענומען מיט זיך‟. יעדעס יאָר טרעפֿן זיך די וואַרשעווער ייִדן אין חודש מאַרץ טאַקע בײַם טאָוול מיט אָט דער אויפֿשריפֿט פֿאַר אַן אָנדענק־אַקאַדעמיע.
דער הויפּט־רעדנער אין דער באַשיידענער צערעמאָניע, שבת דעם 8טן מאַרץ, איז געווען דער גלח ווויטשעך לעמאַנסקי. ער האָט דערוועקט דעם צאָרן פֿון דער קאַטוילישער היעראַרכיע אין פּוילן. זײַן טענה, אַז די פּוילישע קירכע טוט נישט גענוג, כּדי צו באַקעמפֿן די שׂנאה צו ייִדן, איז די אָנפֿירער פֿון דער פּוילישער קירך שטאַרק נישט געפֿעלן געוואָרן.
הענריק האָזער, דער אַרציביסקאָפּ פֿון פּראַגאַ (אַ טייל פֿון וואַרשע) האָט אים פֿאַרווערט צו דינען ווי אַ גלח און אים געצוווּנגען צו גיין אויף פּענסיע. ווויטשעך לעמאנסקי, וואָס איז בלויז 54 יאָר אַלט, איז שוין צוויי יאָר אַ פּענסיאָנירטער גלח.
לעמאַנסקי האָט דערציילט דעם קליינעם עולם בשעת דער צערעמאָניע, אַז אין יאָר 1968 איז ער געווען אַ קינד פֿון אַכט יאָר, און האָט נישט געהאַט קיין אַנונג וועגן דעם גורל פֿון פּוילישע ייִדן. אין די שולן האָט מען נישט געלערנט די דאָזיקע געשיכטע.
לעמאַנסקי האָט געזאָגט, אַז גירוש פּוילן אין 1968 איז געווען באַזונדערס אָנגעווייטיקט, ווײַל ער האָט פּאַסירט אויף דער זעלבער ערד, וווּ ייִדן האָבן געליטן דעם מוראדיקן חורבן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה בלויז 23 יאָר פֿריִער.
„לאָמיר האָפֿן, — האָט לעמאַנסקי געזאָגט, — אַז אַזאַ געשעעניש וועט זיך שוין קיין מאָל נישט איבערחזרן אין פּוילן.‟
הרבֿ בועז (פּאַש) איז דער הײַיאָריקער לאַורעאַט פֿונעם פּוילישן ראַט פֿאַר ייִדן און קריסטן. ער איז באַלוינט געוואָרן צוליב זײַן אַרבעט צו פֿאַרבעסערן דעם צוזאַמענלעבן פֿון קריסטן און ייִדן.
הרבֿ בועז פּש וועט באַקומען דעם פּריז דעם 18טן מאַרץ אין וואַרשע. ער איז געווען דער הויפּט־רבֿ פֿון קראָקע במשך פֿון זעקס יאָר, פֿון 2006 ביז 2012. ער האָט אויך פּובליקירט אַ בוך אין פּויליש וועגן דער רבנישער ירושה פֿון קראָקע.
הרבֿ פּש האָט אָנטייל גענומען אין אַ סך עקאָנאָמישע באַגעגענישן און צוגעשטײַערט צו פֿרײַנדשאַפֿט און פֿאַרשטענדעניש צווישן קריסטן און ייִדן.
צווישן די לאַורעאַטן פֿונעם ראַט אין די פֿריִערדיקע יאָרן געפֿינען מיר פּראָפֿעסאָר יוסף וויילער פֿון ניו-יאָרק, דער גלח טאָמאַש האַליק פֿון פּראָג, הרבֿ אַלון גושן-גאָטשטיין פֿון ירושלים, סער זיגמונט סטערנבערג פֿון ענגלאַנד, שוועסטער דאָמיניקאַ זאַלעסקאַ פֿון דער שווייץ, און הרבֿ מיכאל שודריך, דער הויפּט־רבֿ פֿון פּוילן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.