דאָס שטיצן ישׂראל מצד די עוואַנגעלישע קריסטן — די גרעסטע פּראָ־ישׂראלדיקע גרופּע אין אַמעריקע — ווערט שוואַכער, ווײַל דער יונגער דור ווײַזט נישט אַרויס דעם זעלבן ענטוזיאַזם, ווי די עלטערן. אַ סך יונגע קריסטן באַציִען זיך מיט סימפּאַטיע צו די פּאַלעסטינער און פּרוּוון צו אַנטוויקלען אַ סימעטרישן שטאַנדפּונקט לגבי ביידע צדדים פֿונעם קאָנפֿליקט.
דייוויד גאָשי, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון קריסטלעכער עטיק און דער דירעקטאָר פֿונעם „צענטער פֿאַר טעאָלאָגיע און דעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן‟ בײַם מערסער־אוניווערסיטעט אינעם שטאַט אַטלאַנטע, האָט געזאָגט, אַז דער פֿריִערדיקער דור קריסטלעכע ציוניסטן האָט שטאַרק געשטיצט ישׂראל צוליב רעליגיעזע איבערצײַגונגען. אַלץ מער יונגע־לײַט באַציִען זיך אָבער צו די דאָזיקע געדאַנקען מיט ספֿקות, ווי עס האָבן באַמערקט זייערע פֿירער אין די לעצטע יאָרן.
מיט עטלעכע וואָכן צוריק, האָט די פֿירנדיקע פּראָ־ישׂראלדיקע עוואַנגעלישע אָרגאַניזאַציע, „קריסטן פֿאַראייניקט פֿאַר ישׂראל‟, גערופֿן אָפּצושטעלן דעם פּראָ־פּאַלעסטינער אַקטיוויזם אינמיטן די קריסטלעכע קרײַזן. דייוויד בראָג, דער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל מיטן נאָמען „דער סוף צו דער עוואַנגעלישער שטיצע פֿון ישׂראל?‟, וווּ ער טענהט, אַז די שטיצער פֿון ישׂראל קאָנען זיך מער נישט פֿאַרלאָזן אויף די יונגע־לײַט.
דער מחבר ברענגט נישט קיין קלאָרע סטאַטיסטישע ראיות. אינעם יאָר 2011, האָט דער דעמאָגראַפֿישער פֿאָרש־צענטער „פּיו‟ דורכגעפֿירט אַן אויספֿרעג בעת אַן עוואַנגעליש־קריסטלעכן צוזאַמענטרעף אין קייפּטאַון, דרום־אַפֿריקע. 49 פּראָצענט פֿון די אַמעריקאַנער עוואַנגעלישע פֿירער האָבן אויסגעדריקט אַ נייטראַלע פּאָזיציע אין זייערע סימפּאַטיעס לגבי די ישׂראלים און די פּאַלעסטינער; 30 פּראָצענט האָבן זיך אַרויסגעזאָגט לטובֿת ישׂראל; 13 פּראָצענט — לטובֿת די פּאַלעסטינער.
דאָס מיינט, אַז ס׳רובֿ עוואַנגעלישע מנהיגים שטיצן נישט הײַנט שטאַרק די פּראָ־ישׂראלדיקע דעות. דער אויספֿרעג האָט אָבער נישט געוואָרפֿן קיין שײַן אויפֿן מצבֿ צווישן די דורכשניטלעכע עוואַנגעליסטן. דאָס, וואָס אַ טייל פֿון זיי אָרגאַניזירט פּראָ־פּאַלעסטינער אונטערנעמונגען אין אַ צאָל אוניווערסיטעט־קאַמפּוסן, נישט געקוקט אויף דער קענגערשאַפֿט פֿון די קריסטלעכע ציוניסטן, איז אָבער אַ ראיה, אַז די שטיצע פֿון ישׂראל אין די עוואַנגעליש־קריסטלעכע קרײַזן גייט באַרג־אַראָפּ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.