ווי אַזוי בראָדוויי־ייִדן זענען געוואָרן „ווײַס‟?

How Jews Became "White" On Broadway


פֿון מיכאל קאַמינער (Forward)

Published March 12, 2014, issue of March 28, 2014.

אויב אַפֿילו איר זענט נישט קיין אַ פֿאַרברענטער חסיד פֿון טעאַטער, וועט איר הנאָה האָבן פֿון וואָרען האָפֿמאַנס בוך „דער גרויסער ווײַסטער וועג‟, אַרויסגעגעבן דורכן פֿאַרלאַג פֿונעם ראַטגערס־אוניווערסיטעט. דאָס בוך איז געווידמעט דער טעמע פֿון ראַסע־באַציִונגען אין דער געשיכטע פֿון די בראָדוויי־מיוזיקלס. די פֿאַרלעגער זאָגן, אַז דאָס איז די ערשטע סיסטעמאַטישע פֿאָרשונג פֿון דעם, ווי אַזוי די ראַסן־פּאָליטיק, מיט איר בפֿירושן און באַהאַלטענעם קאָנטעקסט, האָט במשך פֿון כּמעט 100 יאָר געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם דאָזיקן זשאַנער פֿון דער אַמעריקאַנער מוזיקאַלישער קונסט.

אַ וויכטיקער טייל פֿונעם בוך איז געווידמעט דער ייִדישער טעמע. האָפֿמאַן, זײַענדיק אַליין אַ דראַמאַטורג, אַרבעט בײַטאָג ווי אַ פֿאַרוואַלטער פֿון קהילה־פּראָגראַמען בײַ דער ייִדישער פֿעדעראַציע פֿונעם פֿילאַדעלפֿיע־ראַיאָן. דער מחבר דערציילט, אַז ייִדן האָבן לאַנג געקעמפֿט, כּדי אָנערקענט צו ווערן ווי דער ווײַסער עלעמענט פֿון דער בראָדוויי־סצענע — און טאַקע מצליח געווען.

מע וואָלט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן, אַז עמעצער האָט שוין געפֿאָרשט אַזאַ וויכטיקע היסטאָרישע טעמע. אין אַ שמועס מיטן „Forward‟, האָט האָפֿמאַן דערקלערט, אַז ווייניק מענטשן טראַכטן וועגן אַזעלכע פֿראַגעס, ווען עס גייט די רייד וועגן דער בראָדוויי־מוזיק. קודם־כּל, ס׳איז אַ פּאָפּולערער פֿאַרווײַלערישער מין מוזיק. די ראַסע־ענינים קלינגען ווי אַ צו ערנסטע טעמע, וואָס פּאָרט זיך נישט מיט אַזאַ זשאַנער. דערצו, זעט מען דאָך אינגאַנצן נישט קיין אַפֿראָ־אַמעריקאַנער אָדער אַזיאַטן אין אַזעלכע אַלטע קלאַסישע בראָדוויי־מיוזיקלס, ווי „Hello Dolly‟. פֿונוואַנען קאָן זיך בכלל נעמען ראַסע־פּאָליטיק אויף אַזאַ סצענע? ביז איצט, האָבן די פֿאָרשער נישט באַטראַכט, ווי געהעריק, אַז דער דאָזיקער פֿאַקט איז גופֿא אַ וויכטיקער סימן פֿון ראַסע־פּאָליטיק.

אין זײַן בוך, דערקלערט האָפֿמאַן, אַז אין דער געשיכטע פֿון די מיוזיקלס שפּיגלט זיך אָפּ די אַלגעמיינע היסטאָרישע אַנטוויקלונג פֿון דער ראַסע־אידענטיפֿיקאַציע אין אַמעריקע. למשל, אָנהייב דעם 20סטן יאָרהונדערט האָט מען נישט באַטראַכט ייִדן ווי ווײַסע מענטשן; אין יענער תּקופֿה, האָבן בלויז די מענטשן פֿונעם אַנגלאָ־סאַקסאָנישן אָפּשטאַם געטראָגן דעם־אָ טיטל. איצט, מיט הונדערט יאָר אַרום, ווערן אַלע ווײַס־הויטיקע מענטשן באַטראַכט ווי די „קאַווקאַזישע ראַסע‟.

אינעם יאָר 1976, האָט מען געשפּילט אויף בראָדוויי דעם מיוזיקל „Guys and Dolls‟, וווּ אַלע זינגער זענען געווען שוואַרצע. צוליב דעם, האָבן די קריטיקער באַמערקט, אַז עס קלינגט נישט נאַטירלעך, ווען די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער באַנוצן זיך מיט אַזעלכע ייִדישע ווערטער, ווי „נו?‟. עס באַקומט זיך, אַז געוויסע ווערטער ווערן אַסאָציִיִרט דווקא מיט דער ווײַסער קולטור — אין דעם פֿאַל, מיט דער ייִדישער.

די ייִדישע בראָדוויי־זינגער האָבן געשפּילט, לויט האָפֿמאַנען, אַ גרויסע ראָלע אין דער אַמעריקאַנער „ראַסן־קורצזיכטיקייט‟. אַנשטאָט צו שאַפֿן אַ ברייטערע קולטורעלע וויזיע, האָבן זיי געשטרעבט זיך אַרײַנצופּאַסן אינעם פּריווילעגירטן ווײַסן סעקטאָר פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. די השפּעה פֿון בראָדוויי־מוזיק פֿילט זיך נישט בלויז אין ניו־יאָרק, נאָר אינעם גאַנצן לאַנד; אומעטום שפּילן די קינדער אייגענע מיוזיקלס אין די שולן. דערפֿאַר, האַלט דער מחבר, זענען די טעמעס, באַהאַנדלט אין זײַן בוך, אַ סך ברייטער און אַקטועלער, ווי די רעלאַטיוו שמאָלע ניו־יאָרקער סצענע.