מיטוואָך, דעם 12טן מאַרץ, האָט דער ישׂראלדיקער פּאַרלאַמענט גוטגעהייסן דעם קאָנטראָווערסאַלן געזעץ, לויט וועלכן די תּלמידים פֿון חרדישע ישיבֿות וועלן מער נישט באַפֿרײַט ווערן פֿונעם מיליטערישן דינסט. זינט דער גרינדונג פֿון מדינת־ישׂראל און ביז הײַנט, האָבן די חרדים נישט געדינט אין צה״ל. לויט דעם נײַעם געזעץ, וואָס מע פּלאַנירט פֿולמעכטיק אײַנצופֿירן אינעם יאָר 2017, וועלן בלויז 1,800 סאַמע אויסגעצייכנטע ישיבֿה־תּלמידים קאָנען באַפֿרײַט ווערן יעדעס יאָר פֿונעם אַרמיי־דינסט.
ס׳רובֿ וועלטלעכע ישׂראלים, בחורים און מיידלעך, גייען אין אַרמיי בײַ 18 יאָר. די שטיצער פֿונעם נײַעם געזעץ האָבן געטענהט, אַז די שטאַרק פֿרומע ייִדן מוזן אויך אויספֿירן די מיליטער־פֿליכט. אין 2017, לויטן פּלאַן, וועלן די חרדישע ישיבֿות מוזן באַזאָרגן צה״ל מיט, לכל־הפּחות, 5,200 סאָלדאַטן. אויב מע וועט נישט דערגרייכן די יערלעכע קוואָטע, וועלן אַלע תּלמידים, אַחוץ די 1,800 סאַמע אויסגעצייכנטע תּלמידי־חכמים, באַקומען די פּריזיוו־נאָטיצן; דאָס אויסמײַדן זיי וועט פֿאַררעכנט ווערן פֿאַר אַ קרימינעל פֿאַרברעכן.
67 דעפּוטאַטן האָבן אָפּגעשטימט פֿאַרן נײַעם געזעץ; בלויז איינער איז געווען קעגן. די חרדישע דעפּוטאַטן, צוזאַמען מיט דער וועלטלעכער אָפּאָזיציע, האָבן בויקאָטירט די כּנסת־סעסיע.
מע איז זיך משער, אַז דער נײַער געזעץ וועט אַרויסרופֿן בײַם חרדישן סעקטאָר אַ גרויסן כּעס. לעצטנס, זענען אין ישׂראל און אַנדערע לענדער פֿאָרגעקומען פֿרומע מאַסן־דעמאָנסטראַציעס, בעת וועלכע אַ טייל באַטייליקטע האָבן אויסגענוצט גאָר שאַרפֿע ווערטער קעגן דער ישׂראלדיקער מלוכה. ווי מע האָט איבערגעגעבן אויף דער וועבזײַט „כּיכּר־השבת‟, האָט דער אָרטאָדאָקסישער כּנסת־דעפּוטאַט משה גפֿני געטענהט, אַז ישׂראל האָט „פֿאָרלאָזן דאָס רעכט צו טראָגן דעם נאָמען פֿון אַ ייִדישער און אַ דעמאָקראַטישער מולכה‟, און האָט געוואָרנט, אַז די חרדים וועלן קיינמאָל נישט מוחל זײַן דעם פּרעמיער און זײַנע שותּפֿים פֿאַרן דאָזיקן באַשלוס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.