ווי אַ געבוירענער אין רומעניע, מוז איך זאָגן, אַז די מעשׂה מיט קרים צערודערט מיך. איך קען נישט דערלײַדן, ווי פּוטין לאַכט זיך אויס פֿון דער גאַנצער וועלט און טוט זיך זײַנס: איך וואַג צו זאָגן נבֿיאות, אַז אין דעם אויספֿרעג, וואָס וועט פֿאָרקומען זונטיק, וועלן די קרימער תּושבֿים שטימען כּמעט איינשטימיק פֿאַר זיך אומקערן צו מאַמע־רוסלאַנד און טאַטע-פּוטין. איך גלויב, אַז פּוטין פֿאַרלאָזט זיך נישט אויף גאָטס באַראָט, ער אַרבעט מעשׂים, כּדי די רעזולטאַטן זאָלן אַרויסקומען „ווי עס דאַרף צו זײַן‟, און אין יעדן פֿאַל וועט ער שוין נישט צוריקציִען די סאָלדאַטן.
איך האָב געלייענט דאָ, אין „פֿאָרווערטס‟, אַז ס’איז נישט אויסגעשלאָסן, אַז פּוטין פֿאַלט אַרײַן אין אַ פּאַסטקע; ס’קען זײַן, גיי זײַ אַ נבֿיא, נאָר עס איז מיר שווער צו זען, ווי אַזוי עס וואָלט זיך געקאָנט אויסלאָזן שלעכט פֿאַר רוסלאַנד?
עס איז אַ חרפּה, וואָס קיינעם איז נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז עס קאָן זיך אַזוי אויסדרייען. אַמעריקע, ווי איר שטייגער איז, פֿאַלט אײַן ווידער — בויקאָט, ווידער דיפּלאָמאַטיע, ווידער שטראָף! זי זינגט נאָך אַלץ די זעלבע זמירות וועגן אָפּהאַקן די עקאָנאָמישע באַציִונגען מיט רוסלאַנד, וויסנדיק, אַז אייראָפּע קען זיך דערווײַל נישט באַגיין אָן רוסלאַנדס גאַז.
מע רעדט וועגן דיפּלאָמאַטישער איזאָלירונג; אַז מע דאַרף פּוטינען סײַ אין סיריע און סײַ אין איראַן… איך האָב מורא, אַז מיר האָבן דאָ ווידער צו טאָן מיט פּוסטע רייד, וואָס קלינגען שיין אויף אַ סעקונדע אויף דער טעלעוויזיע, בשעת דעם „פּרײַם-טײַם‟, און ווערן אויסגעוועפּט ווי באַלד מע ברענגט זיי אַרויס פֿונעם מויל.
איך פֿאַרשטיי, די מורא פֿאַר רוסלאַנד אין מיזרח־אייראָפּע: די באַלטישע מדינות, פּוילן און רומעניע רײַסן זיך די האָר — סטײַטש, פֿאַרוואָס האָבן זיי נישט געשטאַרקט זייער מיליטער בײַצײַטנס? אַמעריקע און בריטאַניע האָבן קלאָר געוויזן, אַז זייער חתימה, זייער וואָרט האָט נישט קיין ווערט; זי איז גילטיק אויף דער הייסער מינוט, און צאַנקט גאָר גיך, פּונקט ווי זייערע ווערטער נאָך אַ סעקונדע. אינטערעסן בײַטן זיך און קיין שום מדינה וועט נישט אײַנשטעלן דאָס לעבן פֿון אירע סאָלדאַטן לטובֿת קרים. דער פֿאַקט, וואָס בריטאַניע, אַמעריקע, רוסלאַנד און אוקראַיִנע האָבן אונטערגעשריבן אין בודאַפּעשט, אין יאָר 1994, אַן אָפּמאַך, וואָס האָט געזאָלט פֿאַרזיכערן, לכאורה, די טעריטאָריעלע גאַנצקייט פֿון דער יונגער אוקראַיִנישער מדינה, האָט איצט בולט אַנטדעקט, אַז ס‘איז נישט מער ווי אַ שטיקל פּאַפּיר.
הײַנט לאַכן אַלע אויס טשעמבערלײנען, דעם תּמעוואַטן בריטישן פּרעמיער, נאָר מע מוז האָבן אין זינען, אַז די צווייטע וועלט־מלחמה האָט אָנגענומען איר „וועלטישן‟ כאַראַקטער, ווײַל פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד האָבן דערקלערט אַ מלחמה קעגן דײַטשלאַנד, צוליב זייער שוץ-הסכּם מיט פּוילן. הײַנט אויך האָט אַזאַ צוזאָג גאָר קיין ווערט נישט. אוקראַיִנע מעג פֿאָכען מיטן שטיקל פּאַפּיר וויפֿל נאָר עס גלוסט זיך איר; ס’וועט איר העלפֿן, ווי אַ טויטן באַנקעס.
די געשעענישן אין אוקראַיִנע האָבן אַ דירעקטע השפּעה אויף ישׂראל; דאָס אָפֿיציעלע ישׂראל היט זיך און דריקט נישט אויס איר פּאָזיציע אין שײַכות מיט די געשעענישן אַרום קרים. אָבער די ישׂראלים ווײַזן יאָ אַרויס אַ לעבעדיקן אינטערעס צו דעם, וואָס עס קומט פֿאָר, און עס איז נישט שווער צו טרעפֿן פֿאַרוואָס; זיי קוקן אויף דעם פֿאַל מיט אוקראַיִנע ווי אַן אָנזאָג אויף דעם אייגענעם גורל, ווי אַ קאַנדידאַט אויף אַן עקספּערימענט אין דער אַכזריותדיקער לאַבאָראַטאָריע פֿון דער „אינטערנאַציאָנאַלער געזעלשאַפֿט‟ — דעם שלום־פּראָצעס.
אין די ראַמען פֿון דעם שלום־פּראָצעס דאַרף ישׂראל אָפּטרעטן פֿון אַזאַ און אַזאַ שטח, איבערגעבן אין פּאַלעסטינישע הענט דאָס און יענץ, און וואָס קריגט זי? וואָס איז איר חלק? אַ שטיקל פּאַפּיר, וואָס איז זייער ענלעך צום שטיקל פּאַפּיר, וואָס אוקראַיִנע האָט באַקומען אין 1994.
יאָ, אין דער מערבֿ-וועלט האָט מען ליב צו רעדן וועגן „ווערטן‟, „יושר‟ און „עטיק‟ — שיינע רייד פֿון זאַטע מענטשן מיט אַ זיכער לעבן. געוויינטלעך, ווערן אַזוינע באַגריפֿן פֿאַרטײַטשט אַזוי: אַ מדינה וואָס פֿאָלגט אויך אירע אייגענע אינטערעסן און באַנוגנט זיך נישט נאָר מיט אַפּלאָדיסמענטן בײַ דער „יו־ען‟, ווערט זי גלײַך אויפֿן אָרט אַ מצורע.
ישׁראל איז איבערגעזעטיקט פֿון פּוסטע אַפּלאָדיסמענטן און נאָבעל־פּרײַזן פֿאַר שלום. מיר זעען שוין וואָס פֿאַר אַ ווערט עס האָט אַ חתימה; וואָס זשע דאַרפֿן מיר זיך אײַלן? דאָס שטיקל פּאַפּיר וועט אונדז ברענגען זיכערהייט? שלום?
מיסטער קערי און אַ ריי אַמעריקאַנער „ספּעציאַליסטן‟, וואָס זייערע עצות אין אַפֿגאַניסטאַן און איראַק האָבן „שטאַרק געהאָלפֿן‟, האָבן אויסגעאַרבעט אַ זיכערהייט־פּלאַן פֿאַר ישׂראל. אַנשטאָט צה”ל־זעלנער, זאָלן בײַם ברעג פֿון דעם יורדן־טײַך געשטעלט ווערן אַ ריי סענסאָרן און אַרומפֿליִען אָנפּילאָטניקעס. אַן אינטערנאַציאָנאַלער כּוח און אַמעריקאַנער ספּעציאַליסטן (ווידער, זיי?) צוזאַמען מיט אַ סימבאָלישן צה”ל־כּוח וועלן באַלעבאַטעווען איבער דעם שטח פֿון דעם ירדן־טאָל.
איך פֿאַרזיכער אײַך, אַז דער אינטערנאַציאָנאַלער כּוח וועט זיך צעלויפֿן גלײַך נאָכן ערשטן שאָס מיט די ספּעציאַליסטן בראָש. קיינער וויל זיך נישט אײַנשטעלן דאָס לעבן פֿאַר ישׂראל, פּונקט ווי קיינער האָט נישט קיין חשק צו פֿאַרגיסן בלוט צוליב קרים.
וואָס וועט אַמעריקע דעמאָלט טאָן? בויקאָטירן? אָפּהאַקן די באַציִונגען? מיט וועמען? מיט די סאַלאַפֿיסטישע טעראָריסטן וואָס „פּראָספּעריטי‟ און וווילטאָג גייט זיי אָן ווי דער פֿאַראַיאָריקער שניי?
גאָט — אָדער ווער עס זאָל נישט ציִען בײַ די שטריקן הינטער די קוליסן — האָט אַ גוטן חוש פֿאַר הומאָר: די רוסישע אינוואַזיע אין קרים איז פֿאָרגעקומען קורץ פֿאַר נתניהוס באַזוך אין וואַשינגטאָן, און די אַמעריקאַנער, נישט שפּירנדיק די איראָניע, זענען ווידער צוגעשטאַנען מיט די זעלבע ווערטער, אַז ישׂראל זאָל אַוועקגעבן אַזוי פֿיל פֿאַר אַזוי ווייניק — פֿאַר אַ שטיקל פּאַפּיר.
אָבאַמאַ האָט געסטראַשעט און איבערגערעדט טאַקע ווי אַן אויסגעפֿעפֿערטער ביזנעס-מאַן. קערי, פֿון זײַן זײַט, האָט אין זײַן רעדע אין „אייפּאַק‟ געלאָזט וויסן, אַז ער טוט אַלץ נישט פֿון זײַנעט וועגן, נאָר פֿאַר אונדז; ער מיינט גאָר אונדזער טובֿה, אונדזער גליק און „פּראָספּעריטי‟.
איך מיין, אַז ער האָט טאַקע די בעסטע כּוונות, נאָר עס שמעקט פֿון זײַנע רייד מיט אַ שמצל גרויסהאַלטערײַ און פֿאַרריסנקייט, ווי ישׂראל וואָלט געווען אַ קינד, וואָס מע מוז באַוואַכן און „ראַטעווען פֿון זיך אַליין‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.