עס קען זײַן, אַז אונדזערע לייענער האָבן שוין געהערט פֿון אַ טעקסעסער פֿאַרבינדונג צו ייִדיש — דעם עזבֿון פֿון יצחק באַשעוויס האָט אָפּגעקויפֿט דער אוניווערסיטעט אין אָסטין; היוסטאָן און דאַלאַס האָבן ממשותדיקע ייִדישע קהילות. אָבער מכּוח ייִדיש אין דער שטאָט סאַן־אַנטאָניאָ, וווּ עס געפֿינט זיך דער היסטאָרישער אַלאָמאָ־קלויסטער, הערט מען גאָר זעלטן. אין 1835 האָט אַ גרופּע פֿון 200 אַמעריקאַנער קעמפֿער פֿאַרטיידיקט דעם אַלאָמאָ־קלויסטער גאַנצע 13 טעג קעגן טויזנטער מעקסיקאַנער סאָלדאַטן, ביז די פֿאַרטיידיקונג איז, סוף־כּל־סוף, געפֿאַלן. „געדענקט דעם אַלאָמאָ!‟ — איז געוואָרן אַן אויסרוף פֿאַר מוט און קוראַזש.
נישט ווײַט פֿונעם אַלאָמאָ געפֿינט זיך „טריניטי־אוניווערסיטעט‟, וווּ פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם־מיכל אַסטראָ לערנט פֿראַנצייזיש און שפּאַניש, און אויך, פֿון צײַט צו צײַט, ייִדיש. אין אַ יאָר אַרום וועט ער צום ערשטן מאָל אָנפֿירן מיט אַ קלאַס וועגן דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. אַסטראָ איז איינער פֿון אַ נײַער כוואַליע פֿאָרשער וועגן דער ייִדישער קולטור און ליטעראַטור אין דרום־אַמעריקע; אין דער ברייטערער וועלט איז ער באַקאַנט ווי דער רעדאַקטאָר פֿונעם באַנד Yiddish South of the Border, די ערשטע אַנטאַלאָגיע פֿון לאַטײַן־אַמעריקאַנער שרײַבער אויף ענגליש. די וואָך איז ער געקומען צו גאַסט קיין ניו־יאָרק, און מיר האָבן מיט אים געכאַפּט אַ שמועס וועגן זײַנע ייִדיש־פּראָיעקטן.
אַ געבוירענער אין קאַרנאַסי, ברוקלין, האָט ד”ר אַסטראָ געהערט ייִדיש פֿונעם עלטערן דור און אויף די גאַסן פֿון ברײַטאָן־ביטש, אָבער צו אים האָט מען גערעדט בלויז ענגליש. צוליב זײַן אינטערעס צו שפּראַכן, האָט ער זיך פֿאַרשריבן אין די זומער־פּראָגראַמען פֿון ייִוואָ און קאָלומביע, וווּ זײַנע לערערס זענען געווען מרדכי שעכטער, חוה לאַפּין, רחמיאל צוקערמאַן, און יודזשין אָרענשטיין, צווישן אַנדערע. שפּעטער האָט ער זיך ווײַטער געלערנט בײַ פּראָפֿ’ יצחק ניבאָרסקי אין די ערשטע צוויי ייִדיש־פּראָגראַמען אין פּאַריז אין די 1990ער יאָרן. ער האָט זיך אַזוי גיך אויסגעלערנט די שפּראַך, אַז ער איז אַליין געוואָרן אַ ייִדיש־לערער איין זומער אין די פּראָגראַמען בײַ ייִוואָ־קאָלומביע־אוניווערסיטעט, און אין שטראַסבורג.
צוליב זײַן מבֿינות אין שפּראַכן, האָט ד”ר אַסטראָ געהאָלפֿן מרדכי שעכטער מיט דער ערשטער אויסגאַבע פֿון זײַן לערנבוך „ייִדיש־צוויי‟. אָבער אין פֿראַנצייזיש האָט ער באמת זיך אויסגעצייכנט, און ער האָט באַקומען זײַן דאָקטאָראַט פֿון „יעיל־אוניווערסיטעט‟ אין פֿראַנצייזישער ליטעראַטור, און באַלד נאָך דעם באַקומען די פּאָזיציע אין „טריניטי־אוניווערסיטעט‟. אַסטראָ דערציילט, אַז ער וואָלט אויך געדאַרפֿט אָפּגעבן קרעדיט זײַן חבֿר און דעם ראַדיאָ־קאָרעספּאָנדענט אין ישׂראל פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟־קול, אָדם גרוזמאַן, פֿאַר זײַן ייִדיש־קענטעניש און הילף אין זײַנע פֿאָרשונגען.
אָדם גרוזמאַן, אַ געבוירענער אין אַרגענטינע, האָט אים אַרײַנגעפֿירט אין דער ייִדיש־וועלט פֿון לאַטײַן־אַמעריקע, אָבער נאָך אַ זאַך האָט אים נישט געלאָזט רוען וועגן דער טעמע — אין דער ביבליאָטעק פֿונעם אוניווערסיטעט אין אָסטין, האָט ער באַמערקט, אַז קיינער לייענט נישט די גרויסע זאַמלונג ביכער פֿון די דרום־אַמעריקאַנער לענדער. האָט ער, אויף צו־להכעיס, זיי אָנגעהויבן צו לייענען, און אַנטדעקט אַ גאָר אינטערעסאַנטע וועלט, וואָס מע האָט ווייניק געפֿאָרשט.
איידער ער האָט זיך גענומען צו ייִדיש אין די שפּאַניש־רעדנדיקע לענדער, האָט ער זיך פֿאַרטיפֿט אין דער ייִדישער ליטעראַטור פֿון פֿראַנקרײַך, בפֿרט אין די ווערק פֿון עוזר וואַרשאַווסקי און וואָלף וועוויאָרקע. לעצטנס, האָט ער מחבר געווען דעם אַרטיקל וועגן ייִדיש אינעם פֿראַנצייזישן „לעקסיקאָן פֿון שפּראַכן אין פֿראַנקרײַך‟, אַרויסגעגעבן פֿון רענער אוניווערסיטעט.
מיט איין וויסנשאַפֿטלעכן פֿוס אין פֿראַנקרײַך, און איינעם — אין אַרגענטינע, רופֿט ער זיך אַליין „אַ פֿאָרשער פֿון ייִדיש אין די ראָמאַנישע שפּראַכן‟. אין נאָוועמבער האָט ער פֿאָרגעשטעלט זײַן פֿאָרשונג וועגן דעם, פֿאַר וואָס ייִדיש איז געוואָרן מער אײַנגעוואָרצלט אין אַרגענטינע ווי אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די פֿאַקטאָרן, האַלט ער, נעמען אַרײַן די צײַט פֿון אימיגראַציע און די אָרטיקע ראָלע פֿון רעליגיע, פּאָליטיק און דערציִונג. דערצו זענען פֿאַראַן אייגנאַרטיקע פּרטים וועגן די אַרגענטינער ייִדן און זייער כאַראַקטער.
לעצטנס, האָט ער געדרוקט אַן אַרטיקל אויף אַ קאָנטראָווערסאַלער טעמע — אלי וויזעלס ערשט ווערק, וואָס הייסט אויף ייִדיש „און די וועלט האָט געשוויגן‟, געשריבן און געדרוקט, צו ערשט, אויף ייִדיש אין 1956 אין בוענאָס־אײַרעס. צי דאָס ווערק איז אַ ראָמאַן, צי זכרונות בלײַבט אַ פֿראַגע פֿאַר אַ סך פֿאָרשער. אַסטראָס פֿאָרשונג באַהאַנדלט די איבערזעצונגען אויף פֿראַנצייזיש (La Nuit, 1958) און אויף ענגליש (“Night”), וואָס וויזעל האָט רעדאַקטירט. אין 2006 און 2007 זענען אַרויס נײַע איבערזעצונגען אויף ענגליש און פֿראַנצייזיש, אַרײַננעמענדיק פּרטים פֿונעם אָריגינעלן ייִדישן טעקסט, וואָס וויזעל האָט באַשלאָסן אַרויסצונעמען, אָדער אָפּשוואַכן, אין די איבערזעצונגען.
למשל, אויף ייִדיש דריקט אויס דאָס ווערק אַ שטאַרקערן טאָן פֿון כּעס און נקמה, געצילט אויף דער ייִדישער לייענערשאַפֿט, וואָס האָט איבערגעלעבט אָדער אין יעדן פֿאַל, זיך געפֿילט עמאָציאָנעל נעענטער צום חורבן, ווי אַנדערע ייִדן און לייענער. פּראָפֿ’ נעמי זײַדמאַן האָט אָנגעשריבן אַ וויכטיקן אַנאַליז פֿון די בײַטן אין וויזעלס איבערזעצונגען, וואָס האָט געמאַכט אַ רושם אין דער אַקאַדעמישער וועלט.
פּראָפֿ’ אַסטראָס אַרטיקל איז אַן ענטפֿער אויף זײַדמאַנס עסיי, אין וועלכער זי באַשולדיקט וויזעל אין בײַטן זײַן ייִדישן טעקסט, כּדי מע זאָל אים קענען אַרײַננעמען אין דער וועלט־ליטעראַטור. אַסטראָ שרײַבט, אַז די לייקענערס פֿונעם חורבן ציטירן זײַדמאַנס עסיי אָפֿט, צו שטיצן זייער מיינונג, אַז דער חורבן איז קיין מאָל נישט פֿאָרגעקומען! זײַן אַנאַליז נעמט אין באַטראַכט ספּעציעל די באַציִונג צווישן וויזעל און דעם קאַטויליש־פֿראַנצייזישן שרײַבער און דענקער פֿראַנסואַ מאָריאַק, וועלכער האָט געמוטיקט וויזעלן אָנצושרײַבן זײַן ווערק, און מאָריאַק האָט געשריבן דעם אַרײַנפֿיר צו דער ערשטער פֿראַנצייזישער איבערזעצונג. אַזוי ווי „די וועלט האָט געשוויגן‟ האָט מען איבערגעזעצט אויף 30 שפּראַכן, און די דערציילונג איז געוואָרן אַ קלאַסיש ווערק וועגן דעם חורבן, איז דער אַנאַליז נישט סתּם אַ פּילפּול.
ד”ר אַבֿרהם־מיכל אַסטראָ איז פֿון די זעלטענע פֿאָרשער הײַנט, וואָס פֿאַרשטייט אויף אַ טיפֿן אופֿן די ייִדישע, פֿראַנצייזישע און לאַטײַן־אַמעריקאַנער קולטורן. ווער ווייסט, וואָס נאָך פֿאַר אַ קולטור ער וועט „אײַנשלינגען‟ און נאָך ווײַטער פֿאַרברייטערן זײַן קוק אויף ייִדיש און דער ייִדישער קולטור?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.