די לייענער האָבן שוין באַמערקט, אַז איך האָב זיך פֿאַרנאַדיעט צו שרײַבן וועגן אוקראַיִנע און אַרום אוקראַיִנע. אין דער אמתן, ווילט זיך מיר אַוועקגיין צי אַפֿילו אַנטלויפֿן פֿון דער דאָזיקער „הייסער‟ טעמע, אָבער זי לאָזט מיך פּשוט ניט אָפּ. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס פֿון דעם, ווי אַזוי די געשעענישן וועלן זיך אַנטוויקלען אין יענעם טייל וועלט, וועט זײַן אָפּהענגיק דער מצבֿ אויך איבער דער גאָרער וועלט.
למשל, אין דער אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע וועט מען אפֿשר זען אַ גיכן פּראָגרעס אין דער גאַז-אינדוסטריע, און דעם גאַז וועט מען מוזן עקספּאָרטירן קיין אייראָפּע, כּדי זי באַפֿרײַען פֿון דער צוגעבונדנקייט, וואָס זי האָט איצט פֿון רוסלאַנד. אַ סבֿרא, אַז די רוסיש-אוקראַיִנישע פֿראַגע וועט שפּילן אַ צענטראַלע ראָלע אין די אַמעריקאַנער וואַלן שפּעטער — הײַיאָר און אויך אין צוויי יאָר אַרום. שוין איצט פּרוּווט מען די גאַנצע שולד אַרויפֿלייגן אויף באַראַק אָבאַמאַן. מע טענהט, אַז מיט אַן אַנדער, ניט אַזאַ „שוואַכן‟ פּרעזידענט וואָלט פּוטין כּלומרשט ניט געהאַט די העזה אָנצוהייבן די קרימער קאַמפּאַניע. מע פֿאַרגעסט דערבײַ, ווי דער פֿריִערדיקער, כּלומרשט „שטאַרקערער‟, פּרעזידענט, דזשאָרדזש בוש, האָט גאַנץ גרינג אַראָפּגעשלונגען די רוסישע אַגרעסיע אין גרוזיע, כאָטש ער איז געווען דרייסט גענוג אָנהייבן מלחמה-אָפּעראַציעס אין איראַק און אַפֿגאַניסטאַן; דעם רעזולטאַט פֿון דער דאָזיקער „דרייסטקייט‟ ווייסן מיר שוין.
ס‘איז קלאָר, אַז דער רוסיש-אוקראַיִנישער קאָנפֿליקט וואַרפֿט אַ שאָטן אויך אויף ישׂראל. כאַראַקטעריש, אַז מע הערט ניט פֿון ירושלים קיין קלאָרע באַשולדיקונג פֿון פּוטינס אַגרעסיווער פּאָליטיק. נאָך מער: מע הערט, ווי אַ סך ישׂראלדיקע קאָמענטאַטאָרן לויבן דעם רוסלענדישן פּרעזידענט. זיי טענהן, אַז ער איז גוט צו ייִדן, צו ישׂראל, און אַז אין אַן ענלעכער סיטואַציע וואָלט ישׂראל זיך אויפֿגעפֿירט אַן ערך אַזוי, ווי עס טוט דער רוסישער פּרעזידענט.
עס באַרעכטיקן אים אויך די ליובאַוויטשער חסידים. דער ליובאַוויטשער הויפּט-רבֿ אין רוסלאַנד, הרבֿ בערל לאַזאַר, קריכט פֿון דער הויט, אַבי צו זײַן אַ נאַש-בראַט מיטן מאָסקווער באַלעבאָס. כאַראַקטעריש, אַז כּדי ניט דורכצולאָזן די זכיה צו זײַן לעבן פּוטין, האָט הרבֿ לאַזאַר זיך באַטייליקט — אום שבת! — אין דער עפֿענונג פֿון די אָלימפּישע שפּילן אין סאָטשי. אין אוקראַיִנע גופֿא, שטיצן ניט די ליובאַוויטשער די איצטיקע רעגירונג און רופֿן די ייִדן צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד.
וואָס שייך רוסלאַנד, איז דאָרטן די פּאָפּולערקייט פֿון פּוטין נאָר אויסגעוואַקסן. דער המון איז געפֿערלעך פֿאַרטשאַדעט געוואָרן מיט רוסישן שאָוויניזם. און אַ היפּשער צי אַפֿילו דער גרעסטער טייל פֿון דער אינטעליגענץ, צווישן זיי נאָך אַלץ ניט ווייניק ייִדן (אָפֿטמאָל שוין פּראַוואָסלאַוונע), איז אויך מיט אים. פֿון מאָל צו מאָל הערט מען ניכטערע מענטשן, וועלכע פֿאַרשטייען, אַז דער גאַנצער ענין וועט זיך אָפּרופֿן זייער ביטער אויף דעם טאָג-טעגלעכן לעבן. איך האָב גערעדט מיט אַ מאָסקווער באַקאַנטער, האָט זי מיר דערציילט, אַז זי איז אַוועק אין אַן אַפּטייק צו מאַכן אַ זאַפּאַס פֿון די אַמעריקאַנער רפֿואות, אָן וועלכע זי קען ניט נאָרמאַל לעבן. די אַפּטייק איז געווען פֿול מיט מענטשן, וואָס האָבן זיך אויך באַזאָרגט מיט אויסלענדישע מעדיקאַמענטן, אָבער אַלע האָבן דערבײַ געלויבט פּוטין.
צו הערן, ווי מע לויבט פּוטין, קען מען אויך אין ניו-יאָרק. מע האָט מיך מיט אַ וואָך צוריק גערופֿן צו זאָגן עפּעס בעת אַ צונויפֿקומעניש פֿון ייִדישע מלחמה-וועטעראַנען פֿון דער רויטער אַרמיי. ס‘רובֿ פֿון זיי זײַנען געווען פּראָ-פּוטיניש געשטימט. אַפֿילו דער וועטעראַן, וואָס וווינט אין אַמעריקע אַריבער פֿופֿציק יאָר (ער איז אַנטלאָפֿן נאָכן סוף פֿון דער מלחמה) און רעדט שוין שלעכט רוסיש, האָט מיר געזאָגט, אויף ייִדיש: „פּוטין איז אַ מאָלאָדעץ!‟. ער האָט עס גענומען ניט פֿון קוקן די רוסישע טעלעוויזיע, נאָר פֿון לייענען דעם ליובאַוויטשער „אַלגעמיינעם זשורנאַל‟.
* * *
מאָנטיק האָב איך נאָך די קלאַסן, ווען דער קאָפּ האָט שוין שלעכט געאַרבעט, געקוקט אויף דער טעלעוויזיע ראָמאַן פּאָלאַנסקיס פֿילם “The Ghost Writer”. איך ווייס ניט, צי מיר האָבן אין ייִדיש אַ קורצע איבערזעצונג פֿאַר אַזאַ מיט פּרנסה: אַ מענטש שרײַבט אַ בוך, וואָס גייט דערנאָך אַרויס אונטער אַן אַנדער נאָמען. אין דעם פֿילם האָב איך ניט באַמערקט קיין בולטע סימנים פֿון אַ מײַסטערווערק; ס‘איז אַן אויסגעטראַכטע מעשׂה וועגן אַ בריטישן פּרעמיער-מיניסטער, מיט וועמען עס האָבן מאַניפּולירט די אַמעריקאַנער אַגענטן.
ווען מע קוקט אויף דעם וואָס עס טוט אָפּ וולאַדימיר פּוטין, קען מען אין דעם אויך געפֿינען אַ סחורה פֿאַר קאָנספּיראַטיווע טעאָריעס. ווײַל עס זעט אויס, אַז די מערבֿדיקע וועלט קען פֿון דעם טאַראַראַם, געמאַכט דורך דעם רוסישן פּרעזידענט, זייער גוט אָפּשנײַדן, טאָמער אַלץ וועט גיין לויט אַזאַ אַן ערך סצענאַר: רוסלאַנד וועט זיך וואַרגן מיט קרים און ווערן אָפּגעשוואַכט, ווי אַ פּועל-יוצא פֿון סאַנקציעס אָדער אַפֿילו אָן זיי; אַמעריקע וועט אָנהייבן האָדעווען אייראָפּע מיט גאַז און מאַכט שטאַרקער איר השפּעה אין דער וועלט; אוקראַיִנע (אָן קרים) וועט ווערן אַ טייל פֿון דער מערבֿדיקער וועלט. און אַזוי ווײַטער.
אָבער נאָך אַ מאָל: אַזאַ „העפּי ענד‟ וועט זיך באַקומען נאָר אויב מע וועט זיך האַלטן בײַ אָט אַזאַ סצענאַר. אימפּראָוויזאַציעס קענען פֿאַרפֿירן אין געפֿערלעכע פּאַסטקעס. אַגבֿ, די רוסישע קאָמענטאַטאָרן שליסן נאָך אַלץ ניט אויס, אַז רוסלאַנד וועט ניט אַרײַננעמען קרים אין רוסלאַנד, נאָר האַלטן עס אין אַ מצבֿ פֿון ניט-אַהין-און-ניט-אַהער, כּדי אויספּועלן אַ כּמעט-אומאָפּהענגיקן סטאַטוס פֿאַר דער דאָזיקער טעריטאָריע אין באַשטאַנד פֿון אוקראַיִנע.
קיין איין לאַנד, אַ חוץ ווענעזועלע און סיריע, האָט ניט אונטערגעהאַלטן די אַגרעסיע אין קרים. אַפֿילו די נאָענטסטע פֿרײַנד, ווײַסרוסלאַנד און קאַזאַכסטאַן, מאַכן אַ שווײַג. אַזוי אַז די איזאָלאַציע זעט אויס זייער קלאָר. מיינט מען, אַז אפֿשר וועט זיך מאָסקווע, סוף-כּל-סוף, אויסניכטערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.