דאָנערשטיק, דעם 13טן מאַרץ, האָט די כּנסת אָנגענומען דעם געזעץ, לויט וועלכן, טאָמער די ישׂראלדיקע רעגירונג וויל אָפּצוגעבן אַ טייל פֿונעם לאַנד, וועט זי מוזן קודם דורכפֿירן אַ רעפֿערענדום. דער געזעץ־פּראָיעקט איז געשטיצט געוואָרן דורך דער פּאַרטיי „הבית היהודי‟.
דער נײַער געזעץ איז געוואָרן אַ טייל פֿון דער יסודותדיקער געזעץ־סיסטעם. דאָס מיינט, אַז בלויז אַן אַבסאָלוטע מערהייט פֿון 61 כּנסת־דעפּוטאַטן וועט עס קאָנען אָפּשאַפֿן אין דער צוקונפֿט. בײַ דער דריטער רונדע פֿון פֿאַרהאַנדלונגען, האָבן 68 דעפּוטאַטן אָפּגעשטימט פֿאַר, און קיינער — קעגן, ווײַל די קאָאַליציע האָט נישט דערלאָזט צו דיסקוטירן ווײַטער דעם ענין, און די אָפּאָזיציע־פּאַרטייען האָבן בויקאָטירן דאָס שטימען.
מיט צוויי טעג פֿריִער, דינסטיק, האָט די כּנסת אָנגענומען דעם „רעגירונג־געזעץ‟, לויט וועלכן אַלע פּאַרטייען וועלן מוזן באַקומען, צום ווייניקסטן, 3.25 פּראָצענט שטימען, כּדי אַרײַנצוטרעטן אינעם פּאַרלאַמענט. דאָס וועט שאַטן דעם מצבֿ פֿון די אַראַבישע פּאַרטייען און פֿונעם קאָמוניסטישן „חד״ש‟. מיט אַ טאָג נאָכדעם, מיטוואָך, האָט מען אויך באַשלאָסן, אַז די תּלמידים פֿון חרדישע ישיבֿות וועלן מער נישט באַפֿרײַט ווערן פֿונעם מיליטער־דינסט. די זעלבע אַפּאָזיציע־כּוחות, וועלכע האָבן זיך נישט באַטייליקט אינעם שטימען פֿאַרן רעפֿערענדום־געזעץ, האָבן אויך בויקאָטירט די דאָזיקע צוויי ענינים.
לויט דעם נײַעם געזעץ, אויב די ישׂראלדיקע רעגירונג וועט באַשליסן אָפּצוגעבן אַ טייל פֿון ירושלים, אַנעקסירט אינעם יאָר 1967, אָדער אַ טייל פֿונעם גולן־ראַיאָן, אַנעקסירט אין 1981, וועט זי מוזן באַקומען אַ דערלויבעניש פֿונעם פֿאָלק דורך אַ רעפֿערענדום. דער געזעץ איז נישט חל אויפֿן מערבֿ־ברעג, ווײַל דעם דאָזיקן אָקופּירטן ראַיאָן האָט מען קיינמאָל נישט אַנעקסירט. אָבער, אויב לכל־הפּחות 80 דעפּוטאַטן וועלן שטיצן אַן אָפּמאַך, לויט וועלכן מע וועט אָפּגעבן אַ טייל פֿון די דערמאָנטע ראַיאָנען, וועט מען עס קאָנען טאָן אָן אַ רעפֿערענדום.
אינעם יאָר 2010, האָט די כּנסת שוין אָנגענומען אַן ענלעכן געזעץ; דאָס העכסטע געריכט וואָלט עס אָבער געקאָנט אָפּשאַפֿן. דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, איז אויפֿגעטראָטן אין דער כּנסת פֿאַרן שטימען, און באַטאָנט, אַז בלויז אַן אַלגעמיינער באַשלוס פֿון דער באַפֿעלקערונג וועט קאָנען „אָפּהיטן דעם אינערלעכן שלום צווישן אונדז‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.