מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, ווען איך האָב געפֿירט אַ פֿאָרשונג פֿאַר אַן אַרטיקל וועגן די מאכלים פֿון די אינדישע ייִדן, האָב איך פֿאַרבראַכט אין מאָנטקלער, שטאַט ניו־דזשערזי, מיט סיאָנאַ בנימין — אַ ייִדישע פֿרוי פֿון מומבײַ. בעת אונדזער שמועס, האָט זי מיר געוויזן, ווי אַזוי אין אינדיע גרייטן ייִדן צו זיסע מאכלים מיט קאָקאָס־ניס לכּבֿוד שבת. איין מאכל, וואָס הייסט מאַלידאַ, מאַכן זיי ספּעציעל לכּבֿוד אליהו־הנבֿיא.
אין פֿרוי בנימינס קיך האָב איך באַלד באַמערקט עפּעס, וואָס האָט מיך פֿאַראינטערעסירט נאָך מער, ווי די שבתדיקע נאַשערײַען. איר היים איז פֿול מיט שיינער קונסט, בפֿרט אירע אייגענע ווערק, וווּ עס ווערן צונויפֿגעפֿלאָכטן ייִדישע און אינדישע מאָטיוון. זי איז אַ באַגאַבטע פּראָפֿעסיאָנעלע קינסטלערין, מיט צוויי דיפּלאָמען, אין מאָלערײַ און טעאַטער־דעקאָראַציעס. אירע ווערק זענען שוין אויסגעשטעלט געוואָרן אין אַמעריקע, אייראָפּע און אַזיע.
סיאָנאַ האָט דערקלערט, אַז איר סטיל איז באַגײַסטערט געוואָרן פֿון די קלאַסישע אינדישע און פּערסישע מיניאַטורן, ביזאַנטישע איקאָנעס, ווי אויך פֿון ייִדישע און קריסטלעכע אילוסטרירטע כּתבֿ־ידן. אינעם יאָר 2011, איז זי געפֿאָרן צוריק קיין אינדיע, וווּ זי האָט אויסגעפֿרעגט און פֿאָטאָגראַפֿירט מער ווי 70 מומבײַער ייִדן, דאָקומענטירנדיק זייער לעבן. בסך־הכּל, באַטרעפֿט די ייִדישע קהילה אין דער דאָזיקער שטאָט בערך 5,000 נפֿשות.
ווען די קינסטלערין האָט זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע, האָט זי פֿאַרוואַנדלט די מעשׂיות פֿון די מומבײַער ייִדן אין אַ ריי פּרעכטיקע פֿאָטאָ־קאָלאַזשן, וואָס דערציילן וועגן פֿאַרשיידנאַרטיקע ייִדישע תּושבֿים אין דער הײַנטצײַטיקער אינדיע, אַרײַנגערעכנט דעם גענעראַל דזשעק דזשייקאָב — אַ מיליטערישער העלד, וועלכער האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אינעם שאַפֿן די רעפּובליק באַנגלאַדעזש; דיאַנאַ אליהו — אַן אייגנאַרטיקע ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרין, וואָס זינגט אירע לידער אויף דער מאַראַטהי־שפּראַך; און קערען סימאָן — אַ יונגע כּלה, באַצירט מיט „הענע‟ פֿאַר דער חתונה. צום מערסטן איז מיר געפֿעלן געוואָרן דאָס בילד פֿון חנה עמנואל־שמואל — אַ קעכערין, וועלכע קאָכט כּסדר פֿאַר די ייִדישע שׂימחות און יום־טובֿים אין מומבײַ.
ביזן 26סטן אַפּריל, וועט אין דער ניו־יאָרקער „פֿלאָמענהאַפֿט־גאַלעריע‟ זײַן אָפֿן אַן אויסשטעלונג פֿון סיאָנאַ בנימינס פּאָרטרעטן פֿונעם ייִדישן לעבן אין אינדיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.