שטאַרבן. צי מע וויל יאָ צי מע וויל נישט איז עס אַ טייל פֿונעם לעבן. איז נישט קיין וווּנדער, וואָס מאַמע־לשון האָט אַ רײַכע אידיאָמאַטיק אין שײַכות מיט שטאַרבן. מע קען שטאַרבן בכּבֿוד אָדער נישט, מע קען שטאַרבן און אַרויסרופֿן דרך־ארץ בײַ די איבערגעבליבענע אָדער נישט. דאָס לשון גיט אָן אָ שיעור מיטלען צו קאָמענטירן דעם טויט, צי לשבֿח צי לגנאַי. דער לעבעדיקער קאָמענטירט נישט נאָר יענעמס טויט, נאָר אויך זײַן באַציִונג צום טויט בכּלל.
פֿאַראַן אַ גאַנצע גאַמע אויסדרוקן: ווען אַ מענטש איז אַ בכּבֿודיקער, וואָס פֿאַרדינט מער דרך־ארץ ווי סתּם אַ ייִד, ווערט ער ניפֿטר, ד”ה, ער איז פּטור געוואָרן פֿון דער וועלט. אויף אַ רבין, וואָס ער פֿאַרדינט נאָך מער דרך־ארץ, זאָגט מען, אַז ער איז נסתּלק געוואָרן, ד”ה, ער האָט זיך אַליין פֿאַרנומען פֿון דער וועלט, אָדער, נאָך בעסער, איז נתבקש געוואָרן בישיבֿה של מעלה [ער איז געבעטן געוואָרן אין דער הימלישער ישיבֿה].
און פֿאַרקערט, אויב מע האָט נישט קיין דרך־ארץ אָדער וואָס מע וויל זיך אַרויסזאָגן וווילעריש זאָגט מען, אַז איינער האָט זיך איבערגעפּעקלט, אַוועקגערוקט, אַוועקגעשאַרט, אַז ער האָט אויסגעצויגן די פֿיס, אויסגעצויגן די קאָפּעטעס (ווי אַ פֿערד), אָפּגעגעבן די קאַפּאָטע. וועגן אַ מענטשן וואָס מע האָט פֿײַנט קען מען זאָגן, אַז ער האָט אײַנגענומען אַ מיתה־משונה, ד”ה, געשטאָרבן מיט אַן אומנאַטירלעכן, שרעקלעכן טויט, אָדער — געפּגרט ווי אַ הונט.
אייפֿעמיסטיש — ד”ה, זיי פֿאַרמילדערן בײַם רעדער דעם עצם טויט — זאָגט מען, אַז איינער איז אויסגעגאַנגען, אַז ער האָט אויסגעהויכט דעם לעצטן אָטעם, צוגעמאַכט (מיט) אַן אויג, אַנטשלאָפֿן געוואָרן מיטן לעצטן שלאָף.
און אַז מע דערמאָנט אַ געשטאָרבענעם? וועגן די, וואָס מע וויל אַרויסווײַזן דרך־ארץ, זאָגט מען „עליו־השלום/עליה־השלום“ [אויף אים/איר דער שלום], „זכרונו/זכרונה־לבֿרכה“ [זײַן/איר געדעכעניש זאָל זײַן אַ ברכה], „זכרון צדיק לבֿרכה“ (וועגן אַ רבין צי אַ טיף פֿרומען ייִד), „זכותו יגן עלינו” [זאָל זײַן זכות אונדז היטן], „זאָל זיך מיִען“, „זאָל לויפֿן בעטן“ און נאָך און נאָך. און אויב מע וויל אַרויסווײַזן אומדרך־ארץ…
וועגן דעם וויל איך אײַך דערציילן אַ מעשׂה. אין אַ געוויסער משפּחה איז געווען אַ מחלוקה וועגן צוויי פֿעטערס, צוויי לײַבלעכע ברידער. די פּלימעניקעס האָבן פֿון די פֿעטערס געהאַלטן אַ וועלט, בשעת די פּלימעניצעס האָבן געהאַלטן, אַז זיי זענען וואָס אין דער קאָרט. איז אַז ס’איז געשטאָרבן פֿריִער דער ייִנגערער פֿעטער און באַלד דערנאָכדעם דער עלטערער, האָבן די פּלימעניקעס פֿרום אַ זאָג געטאָן, „ברוך דיין אמת“, „אדשם נתן, אדשם לקח“ [גאָט האָט געגעבן, גאָט האָט גענומען], בשעת די פּלימעניצעס האָבן געשיט מיט שטעכווערטלעך: „אַ שיינע ריינע כּפּרה!“, „זיי ליגן שוין מיטן פּופּיק אַרויף“, „זאָל זיך זיי דאָרטן גרינג שלוקערצן!“ מילא, דאָס איז געווען אַ האַלבע צרה. מיט אַ צײַט שפּעטער, בײַם יערלעכן צוזאַמענקום פֿון דער גאַנצער משפּחה, האָט איין פּלימעניק, יאַנקל, זיך אַרומגעקוקט און דערמאָנט, אַז די פֿעטערס זענען נישטאָ, האָט ער אַ זאָג געטאָן, „אַזאַ שאָד, נישטאָ מער נישט דער פֿעטער זלמן, נישט דער פֿעטער קלמן, זאָלן זיי האָבן אָ ליכטיקן גן־עדן…“ האָט זיך אַרויסגעכאַפּט אַ פּלימעניצע, שׂרה: „יאָ, זיי זענען שוין ביידע עליו־השנאָבל, די פּאַסק…“ דאָס וואָרט האָט זי נישט דערזאָגט, וואָרן זי האָט דערזען פֿאַר זיך די אַלמנות און די קינדער פֿון די פֿעטערס. מישט זיך אַרײַן אַ צווייטע פּלימעניצע, אסתּר, נעמט אָן שׂרהן פֿאַר דער האַנט און ציט זי אָפּ אין אַ זײַט. „וואָס איז מיט דיר?“ פֿרעגט זי. „ערשט נישט לאַנג געוואָרן אַלמנות און יתומים, דאַרפֿסטו זיי נאָך שיטן זאַלץ אויף די וווּנדן?“ ענטפֿערט שׂרה: „זאָלן זיי וויסן, אַז נישט אַלע האַלטן מיר פֿון זייערע מאַנען און טאַטעס…“
זינט דעמאָלט איז שוין פֿאַרבײַ אַ שאָק מיט יאָרן, די אַלמנות זענען שוין נאָכגעגאַנגען די מאַנען אויף יענער וועלט, די יתומים זענען שוין אַליין אַלטע ייִדן מיט גראָע בערד. אין אַ שיינעם טאָג שטאַרבט אויך אָפּ שׂרה, די פּלימעניצע מיט דער בייזער צונג. געווען אַ בת־תּישעים, קיין ייִנגערע זאָלן נישט שטאַרבן. בײַ דער לוויה האָט מען זי באַוויינט ווי ס’קער צו זײַן. נאָר מיט אַ יאָר שפּעטער, בײַם אויפֿדעקן די מצבֿה, האָבן די קינדער פֿעטער זלמנס און פֿעטער קלמנס דערלעבט אַ נקמה, אַ דאַנק דעם פּלימעניק, יאַנקל. בשעת מע האָט פֿאָרגעלייענט דעם עפּיטאַף אויף דער פֿרישער מצבֿה און דערבײַ געלויבט די געשטאָרבענע אין הימל אַרײַן, איז ער צוגעגאַנגען צו די קבֿרים פֿון די פֿעטערס, אַ וווּנק געטאָן צו זיי און געזאָגט, כּלומרשט צו זיך, אָבער אַז אַלע זאָלן הערן: „נו, נאָכן טויט ווערט מען חשובֿ…“
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.