אַמאָל, פֿלעגן אַ סך רבנים ווערן ברוגז, ווען אַ פֿרומער ייִד האָט אײַנגעטײַטש די גמרא אויף אַן אומגעוויינטלעכן „גוייִשן‟ אופֿן. הײַנט, אָבער, קאָן מען געפֿינען נישט ווייניק פֿרומע ייִדן, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט פּראָפֿעסיאָנעלע אַקאַדעמישע שטודיעס פֿון דבֿרי־חז״ל. נישט געקוקט אויפֿן פּראָפֿעסיאָנעלן סקעפּטיציזם, בלײַבן זיי פֿאָרט געטרײַע שומרי־מיצוות. למשל, דער אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר דניאל באָיאַרין, אַליין אַ פֿרומער ייִד, פֿאָרשט די טעמע פֿון געשלעכט און סעקס אינעם תּלמוד.
אַ סך פֿאָרשער און אַרכעאָלאָגן האָבן זיך במשך פֿון הונדערטער יאָר פֿאָקוסירט אויף דער גריכיש־רוימישער ציוויליזאַציע. דער מאָנומענטאַלער קאָרפּוס פֿון טעקסטן, וואָס אויף זײַן יסוד שטייט די הײַנטיקע ייִדישקייט, הייסט אָבער „תּלמוד בבֿלי‟ און שטאַמט פֿון בבֿל — די ווייניקער באַקאַנטע אוראַלטע פּערסיע. לעצטנס, האָבן אַ צאָל פֿאָרשער זיך פֿאַרנומען מיט פֿאַרשיידענע נישט־ייִדישע פּערסישע טעקסטן און באַמערקט אַ סך ענלעכקייט צווישן דער בבֿלישער גמרא און דער קולטור פֿון דער סאַסאַנידער אימפּעריע.
שי סעקונדאַ, אַ פֿאָרשער פֿונעם „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟ אין ירושלים — אַ פֿרומער ייִד מיט אַ יאַרמלקע — האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן זייער אַן אינטערעסאַנט בוך, וואָס הייסט, „דער איראַנישער תּלמוד: לייענענדיק דעם תּלמוד־בבֿלי אינעם סאַסאַנידער קאָנטעקסט‟. אין זײַן פֿאָרש־ווערק, דערמאָנסטרירט ער אַ ריי גאָר נאָענטע פּאַראַלעלן צווישן דער לאָגיק פֿון דער גמרא און די חכמות פֿון זאָראָאַסטריזם — די אוראַלטע הויפּט־רעליגיע אין איראַן פֿאַר דער איסלאַמישער תּקופֿה.
די מעכטיקע זאָראָאַסטריסטישע גלחים האָבן אָפֿט געקוקט מיט ביטול אויף די אַנדערע רעליגיעס, אַרײַנגערעכנט ייִדישקייט, קריסטנטום, בודיזם און הינדויִזם. פֿונדעסטוועגן, ווי מע זעט אין געוויסע פּערסישע טעקסטן, האָבן זיי צומאָל געפֿירט דיסקוסיעס מיט די אָנהענגער פֿון אַנדערע אמונות און זיך אינטערעסירט מיט זייערע געדאַנקען. פֿון זייער צד, זענען די חז״ל אויך געווען באַקאַנט מיט זאָראָאַסטריזם, ווי מע זעט פֿון דער אַגדתּא אינעם תּלמיד־בבֿלי.
סעקונדאַ האָט אַנטדעקט אַ ריי חידושדיקע פֿאַרבינדונגען צווישן דער ייִדישער הלכה און דער אַמאָליקער פּערסישער קולטור — למשל, וואָס שײַך הלכות־נידה. די אוראַלטע פּערסן האָבן אויך נישט גערירט זייערע פֿרויען בעת זייער ווסתּ און האָבן געהאַט ענלעכע כּללים פֿון טהרת־המשפּחה. עס קאָן זײַן, אַז די חז״ל האָבן אײַנגעפֿירט געוויסע חומראות אינעם דאָזיקן געביט צוליב דער אַרומיקער השפּעה.
סעקונדאַ מאַכט נישט קיין קלאָרע באַשלוסן, ווי אַזוי פּינקטלעך ייִדישקייט און זאָראָאַסטריזם זענען פֿאַרבונדן. די קאָמפּליצירטע פֿיל־שטימיקע סטרוקטור פֿונעם תּלמוד־בבֿלי מאַכט שווער צו דערווײַזן קאָנקרעטע בײַשפּילן פֿון צווישן־רעליגיעזע באַציִונגען. אַזוי צי אַזוי, האָט דער מחבר געעפֿנט אַ נײַע — איראַנישע — זײַט אין דער געשיכטע פֿון די אַקאַדעמישע גמרא־פֿאָרשונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.