זינט דער טרויעריק באַרימטער אַנטיסעמיט און פֿאַרברעכער, דער געוועזענער פּערסישער אינערן־מיניסטער המן הרשע, איז אַרויס פֿון תּפֿיסה, האָט ער זיך געהאַלטן פּריוואַט און ניט גערעדט פֿאַר דער „מעדיאַ‟. אָבער לכּבֿוד דעם ייִדישן יום־טובֿ און אין פֿאַרבינדונג מיט אַ נײַעם באַנד זכרונות המנס, וואָס וועט דערשײַנען אין גיכן, האָט זיך דעם „פֿאָרווערטס‟ אײַנגעגעבן צו מאַכן מיט אים אַן אינטערוויו אין זײַן געראַמער דירה אין לאָס־אַנדזשעלעס.
פֿאָרווערטס: אַ דאַנק אײַך פֿאַר דער דאָזיקער געלעגנהייט צו רעדן וועגן אײַער פֿאַרגאַנגענהייט אין שײַכות מיט די ייִדן.
המן: נישטאָ פֿאַר וואָס. איך בין אַלע מאָל גרייט צו רעדן וועגן דעם, נאָר ביז אַהער האָט קיין איין ייִדישע צײַטונג ניט געוואָלט הערן מײַן פּערספּעקטיוו. ווי באַלד מע רופֿט אויס מײַן נאָמען, מאַכט מען אַזאַ טומל — קיינער וויל מיך נישט אויסהערן.
פֿאָרווערטס: אונדזערע לייענער ווילן וויסן וועגן אײַער איצטיקן מצבֿ. פֿאַר וואָס האָט דאָס געריכט אײַך ניט פֿאַרמישפּט צום טויט, אָדער כאָטש צו זיצן אין תּפֿיסה ביז סוף פֿון אײַער לעבן?
המן: דאָס איז אַ לאַנגע מעשׂה. ס׳איז טאַקע דאָ טויטשטראָף אין קאַליפֿאָרניע, אָבער זינט 1977 האָט מען עקזעקוטירט בלויז 13 מענטשן, די סאַמע ערגסטע פֿאַרברעכערס. דאָס געריכט האָט מיך דערקלערט שולדיק נאָר פֿאַרן פּרוּוון צו דערמאָרדן די ייִדן, דאָס הייסט attempted murder, און פֿאַר דעם קומט ניט קיין טויטשטראָף. עטלעכע יאָר בין איך טאַקע געזעסן אין תּפֿיסה, אָבער מע האָט מיך באַלד אַרויסגעלאָזט אויף מײַן ערנוואָרט, אויף „פּאַראָל‟, הייסט עס. איצט וווין איך דאָ אונטער אַ מין הויז־אַרעסט, מיט אַ באַגרענעצטער פֿרײַהייט.
פֿאָרווערטס: פֿאַר וואָס וווינט איר דאָ אין לאָס־אַנדזשעלעס — איר האָט ניט מורא פֿאַר די אָרטיקע ייִדן?
המן: אמת, עס זײַנען דאָ אַ סך ייִדן. אָבער אַ סך פּערסן אויך — איבער אַ האַלבער מיליאָן וווינען אין דער אַרומיקער געגנט. דאָ קען מען קויפֿן אַ פּערסישע צײַטונג, עסן אין פּערסישע רעסטאָראַנען, איך פֿיל זיך דאָ אין דער היים.
פֿאָרווערטס: מיט וואָס פֿאַרנעמט איר זיך טאָג־טעגלעך?
המן: זיצנדיק אין תּפֿיסה, האָב איך אָנגעהויבן שרײַבן. קודם, האָב איך געשריבן לידער, כ׳האָב אָבער גיך אײַנגעזען, אַז איך האָב ניט קיין טאַלאַנט דערצו.
פֿאָרווערטס: איר קענט אונדז פֿאָרלייענען אײַערס אַ ליד?
המן: ניין, ניין, איך שעם זיך — און ס׳רובֿ לידער מײַנע האָב איך פֿאַרברענט. אָבער ווי באַלד איך האָב זיך גענומען צו פּראָזע, איז דאָס שרײַבן געגאַנגען ווי אַ מיזמור. איך האָב געדרוקט עטלעכע מעשׂיות אין „האַרפּערס‟, און דער רעדאַקטאָר האָט מיך דערמוטיקט אָנצושרײַבן זכרונות וועגן מײַנע יאָרן ווי אינערן־מיניסטער. דאָס בוך גייט אַרויס דעם זומער.
פֿאָרווערטס: איר האָט אויך ליב צו מאָלן?
המן: יאָ, איך בין אַן אַמאַטאָרישער מאָלער, ספּעציעל פֿון לאַנדשאַפֿטן, פֿון בערג, מדבריות. איך מאָל בילדער פֿונעם איראַן, וואָס איך געדענק פֿון די קינדער־יאָרן. אָבער דאָס איז נאָר אַ שפּיל, אַ צײַטפֿאַרטרײַב.
פֿאָרווערטס: וואָס מיינט איר וועגן דער איצטיקער רעגירונג פֿון איראַן?
המן: ס׳איז אַ חרפּה און אַ בושה, ווי די איסלאַמיסטן האָבן דאָרט געמאַכט אַ תּל פֿון דער עקאָנאָמיע און פֿונעם פּאָליטישן און געזעלשאַפֿטלעכן מצבֿ. אין מײַנע צײַטן האָט די רעליגיע ניט געשפּילט קיין ראָלע, די פֿרויען האָבן ניט געדאַרפֿט צודעקן די האָר. איך געדענק נאָך, ווי דער מלך האָט אַ מאָל געהייסן דער מלכּה, זי זאָל קומען טאַנצן פֿאַר די געסט אַ נאַקעטע — ס׳איז געווען אַן אָנגענומענע זאַך. פֿאַר דער פּערסישער קולטור האָט די וועלט געהאַט דרך־ארץ, און די מלוכה האָט געאַרבעט פּינקטלעך ווי אַ זייגער. ווער עס האָט געמאַכט פּראָבלעמען, האָב איך געשיקט די געהיים־פּאָליציי און געענדיקט.
פֿאָרווערטס: וואָס איז אײַער מיינונג הײַנט וועגן די דאָזיקע מעשׂים פֿון דער געהיים־פּאָליציי? און וואָס איז מיט אײַער פּלאַן אומצוברענגען די ייִדן?
המן: אַן אָנגעווייטיקטער ענין… איך וועל אײַך זאָגן דעם ריינעם אמת, אַז אין יענע יאָרן האָב איך טאַקע געגלייבט, אַז אַזוי מוז מען האַנדלען — מיט כּוח. און וועגן די ייִדן האָב איך ניט געהאַט די בעסטע מיינונג — אויך הײַנט ניט. אָבער איך האָב אײַנגעזען, אַז איך האָב דעמאָלט געהאַט אַ טעות. ניט אַלע געפֿילן און געדאַנקען מוז מען אויסדריקן, אַ מאָל איז בעסער צו שווײַגן. דאָס האָב איך זיך אויסגעלערנט נאָך לאַנגע יאָרן פֿון טעראַפּיע.
פֿאָרווערטס: האָט איר אַ פֿאַרשטאַנד פֿאַר די ייִדן, וואָס ווילן אײַך נאָך אַלץ דערהרגענען?
המן: יאָ, זייער רעאַקציע איז פֿאַרשטענדלעך. אפֿשר וואָלט איך געפֿילט דאָס זעלבע אויף זייער אָרט? נאָר פֿון דעסטוועגן, האַלט איך, אַז זייער שׂינאה צו מיר איז אַ ביסל איבערגעטריבן. יעדעס יאָר וואַרפֿן זיי שמוץ אויף מיר, באַליידיקן מיך, מאַכן מיך צו קויט און צו בלאָטע, ווי איך וואָלט געווען דער ערגסטער רשע. נאָר וואָס זײַנען מײַנע פֿאַרברעכנס אין פֿאַרגלײַך מיט די הײַנטיקע? גאָרנישט מיט נישט. איך קוק אויף דער טעלעוויזיע, וואָס עס טוט זיך אין סיריע, אין איראַק, אין אַפֿגאַניסטאַן, און עס ווערט מיר פֿינצטער אין די אויגן. ווען איך בין געווען דער אינערן־מיניסטער, זײַנען מיר געווען שכנים און עס האָט געהערשט שלום־ושלווה. איך רעד שוין ניט וועגן די גרויסע מערדער פֿון 20סטן יאָרהונדערט, ווי היטלער און סטאַלין ימח שמם, וואָס זײַנען אויך געווען די גרעסטע שׂונאי־ישׂראל. וווּ איז יושר, אַז די ייִדן פֿאַרשמוצן כּסדר מײַן נאָמען און וועגן יענע רשעים — קיין פּיפּס ניט? וועגן זיי איז ניטאָ קיין איין קללה אין די הייליקע ספֿרים.
פֿאָרווערטס: איר ווילט פֿאָרלייגן, אַז די ייִדן זאָלן אויפֿהערן צו פּראַווען דעם יום־טובֿ פּורים?
המן: חלילה, זאָל דער יום־טובֿ בלײַבן ווי געווען. ס׳איז דאָך דער איינציקער טאָג אין יאָר, ווען די ייִדן מאַכן זיך באמת פֿריילעך, און ס׳איז פֿאַר יעדן אַ שׂימחה. איך אַליין האָב ליב פּורים־צײַט צו מאַכן אַ שפּאַציר אין דער ייִדישער געגנט — קיינער דערקענט מיך נישט, איך זאָג, אַז איך הייס „האַרווי‟. צי דאַרף מען אָבער פּראַווען דעם יום־טובֿ אויפֿן זעלביקן שטייגער, איבערחזרן די זעלבע אויסגעדראָשענע מעשׂה יאָר־אײַן, יאָר־אויס? וויפֿל מאָל קען מען הערן די זעלבע סקאַרבאָווע געשיכטע וועגן מיר און דעם מלך און יענער חצופֿה, וואָס איז אַלעמען שוין לאַנג דערעסן געוואָרן?
פֿאָרווערטס: אָבער די ייִדן וועלן זיך ניט באַגיין אָן זייער פּורים־שפּיל.
המן: זאָל זײַן אַ שפּיל, געזונטערהייט. אָבער יעדעס יאָר אַן אַנדער מעשׂה, ווי עס פֿירט זיך בײַ די חסידים. עס פֿאַרשטייט זיך, אַז איך האָב אַ ביסל אויסגעפֿאָרשט דעם ענין, ווי א נוגע־בדבֿר, און איך ווייס, אַז ניט אַלע ייִדן פּראַווען דעם יום־טובֿ אויפֿן זעלביקן אופֿן.
פֿאָרווערטס: ס׳איז אַ ספֿק, צי די ייִדן וועלן אָננעמען אַ רעקאָמענדאַציע פֿון אַזאַ באַקאַנטן אַנטיסעמיט ווי איר זײַט. אָבער אַ דאַנק פֿאַר דער עצה, און אַ דאַנק פֿאַרן אינטערוויו.
המן: מיטן שענסטן כּבֿוד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.