אַרט ריימאָנד, באַקאַנט מיט זײַנע ראַדיאָ־ און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, איז ניפֿטר געוואָרן דעם 21סטן פֿעברואַר בײַ 91 יאָר אין בוינטאָן־ביטש, פֿלאָרידע. זײַן פֿאַמיליע־נאָמען פֿון דער היים איז געווען ראָזען; אין זײַנע מוזיקאַלישע פּראָגראַמען, האָט ער זיך ספּעציאַליזירט אויף ייִדישער און לאַטײַן־אַמעריקאַנער מוזיק.
אין די 1950ער יאָרן, פֿלעגט ריימאָנד אויפֿטרעטן מיט לאַטײַן־אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, טראָגנדיק אַ שוואַרצן סאָמברעראָ. פֿונדעסטוועגן, האָבן די ייִדן אין ניו־יאָרק און פֿילאַדעלפֿיע געוווּסט, אַז ער איז זייער ברוקלין־געבוירענער לאַנדסמאַן. אָנהייבנדיק פֿון די 1960ער יאָרן, האָט ער משׂמח געווען דעם ייִדישן עולם מיט זײַנע פּראָגראַמען „זונטיק־שׂימחה‟, „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟ און „בייגל און לאַקס‟, אויסמישנדיק די ישׂראלדיקע פּאָפּולערע מוזיק, חזנות און לידער אויף ייִדיש. נישט געקוקט אויפֿן נאָמען פֿון דער פּראָגראַם, האָט ריימאָנד זיך שפּעטער מודה געווען אין אַן אינטערוויו, אַז אין דער אמתן האָט ער פֿײַנט געהאַט לאַקס.
די ערשטע צוויי דערמאָנטע ייִדישע פּראָגראַמען האָט ריימאָנד געפֿירט אויף דער באַקאַנטע ניו־יאָרקער ראַדיאָ־סטאַנציע WEVD, געגרינדעט דורך דער אַמעריקאַנער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי אינעם יאָר 1927, וועלכע איז במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט געווען פֿאַרבונדן מיטן „פֿאָרווערטס‟. זײַן שײַכות צו אונדזער צײַטונג האָט אינספּירירט דעם פּאָעט און קאָמפּאָזיטאָר קעני קאַרען אָנצושרײַבן אַ ליד לכּבֿוד אים מיטן נאָמען „The Forverts‟.
אין זײַנע קינדער־יאָרן, וואַקסנדיק אין אַן אָרעמער משפּחה, איז ריימאָנדס באַליבסטע ראַדיאָ־פּראָגראַם געווען „דער ייִדישער קאַראַוואַן פֿון שטערן‟, געפֿירט דורך די באַרימטע „שווערסטער בערי‟, קלער און מערנע בייגעלמאַן. צוליב די ייִדישע מוזיק־פּראָגראַמען, האָט ער אָנגעהויבן חלומען אויך אויפֿצוטרעטן אויפֿן ראַדיאָ, און האָט שפּעטער טאַקע פֿאַרווירקלעכט זײַן טרוים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.