הײַנט בין איך מקנא אַלע לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟, וועלכע קענען ניט רוסיש און, ווי אַ פּועל-יוצא, האָבן ניט געהאַט דעם ווילדן געדאַנק אײַנצושליסן די רוסישע טעלעוויזיע, כּדי אַ קוק צו טאָן, ווי אַזוי די רוסישע פּראָפּאַגאַנדע (און די איצטיקע רוסישע טעלעוויזיע איז רק פּראָפּאַגאַנדע) רעאַגירט אויף דעם רעפֿערענדום, מישטיינס געזאָגט, אין קרים. איך, אָבער, האָב עס יאָ געטאָן, געהאַט אַזאַ „מאַזאָכיסטישע הנאה‟. באַזונדערס לאַנג האָב איך דעם דאָזיקן „פֿאַרגעניגן‟ ניט אויסגעהאַלטן, ווײַל כ’האָב אָנגעהויבן זיך פֿילן ממש ניט גוט. ס’איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז איך האָב שוין עפּעס פֿאַרגעסן, אָבער מיר דאַכט זיך, אַז אַזוינס האָב איך ניט געזען אַפֿילו אין די סאָוועטישע צײַטן. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז די סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדע, לכל-הפּחות פֿון לעאָניד ברעזשנעווס תּקופֿה, איז געווען „לײַטישער‟. זונטיק האָב איך געזען אַ פֿרישן גילגול פֿון די פֿינצטערע סטאַליניסטישע צײַטן, ווען דאָס פֿאָלק איז געווען פֿול מיט ווילדן התפּעלות וועגן כּלערליי סטאַלינס גזלעווויסטוועס. די אויספֿרעגן (אויף וויפֿל מע קען זיך אויף זיי פֿאַרלאָזן) ווײַזן, אַז בערך 70 פּראָצענט פֿון די רוסן זײַנען גליקלעך צו זען זייער לאַנג שטאַרק, גענוג שטאַרק עס זאָל צו רוסלאַנד זיך ציִען די קרימער באַפֿעלקערונג; גענוג שטאַרק כּדי „פֿאַרטיידיקן‟ די דאָזיקע תּושבֿים פֿון די „אוקראַיִנישע נאַציס‟ און פֿון דעם אַמעריקאַנער אימפּעריאַליזם.
מע גרויסט זיך מיט דעם, וואָס 96.77 (!) פּראָצענט פֿון די קרימער אײַנוווינער האָבן כּלומרשט געשטימט פֿאַר פֿאַראייניקן זיך מיט רוסלאַנד. לויט אייניקע קוואַלן, באַקומט זיך, אַז אין סעוואַסטאָפּאָל, אַ שטייגער, האָבן 123 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג געשטימט פֿאַר דער פֿאַראייניקונג, וואָס קלינגט שוין בעסער ווי אין צפֿון-קאָרעע. אין דער זעלבער צײַט איז קיין ספֿק ניטאָ, אַז די מערהייט איז דאָרטן באמת פּראָ-רוסיש.
ס’איז קלאָר, אַז דער רעפֿערענדום האָט בולט געוויזן דעם דורכפֿאַל פֿון אַלע פֿריִערדיקע אוקראַיִנישע רעגירונגען צו געבן די קרימער באַפֿעלקערונג כאָטש אַ האָפֿענונג פֿאַר אַ בעסער לעבן. מיט בערך פֿיר יאָר צוריק האָב איך אַליין געזען, ווי נעבעכדיק זעען אויס די קרימער שטעט און די גאַנצע אינפֿראַ-סטרוקטור פֿונעם האַלב-אינדזל. אַן אַנדער פֿראַגע, צי רוסלאַנד איז בכּוח צו בײַטן עפּעס אין יענע מקומות, און צי דער מצבֿ וועט דאָרטן ניט ווערן נאָך ערגער. אָבער וועגן אַזעלכע זאַכן האָט מען ניט געטאָרט אַפֿילו אַ פּיפּס טאָן ערבֿ דעם רעפֿערענדום, ווען קרים איז שוין פֿאַקטיש געווען אָקופּירט דורך דעם רוסישן מיליטער און די גאַנצע פּראָפּאַגאַנדע האָט זיך געגאָסן פֿון רוסלאַנד.
דערווײַל הערט מען ניט אויף צו טענהן אין מאָסקווע וועגן דעם חובֿ צו „פֿאַרטיידיקן‟ אויך די „רוסישע ברידער‟ אין אַמווייניקסטן נאָך דרײַ געגנטן פֿון אוקראַיִנע: דער כאַרקאָווער, דאָנעצקער און לוגאַנסקער, וווּ עס הערן ניט אויף אַרויסטרעטן פּראָ-רוסישע לײַט און עטלעכע מענטשן זײַנען שוין אומגעקומען אין די צונויפֿשטויסן. דאָך, איז דער מצבֿ דאָרטן, דערווײַל לכל-הפּחות, ניט דער זעלבער, ווי אין קרים. שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, אַז דאָס דעמאָגראַפֿישע בילד איז דאָרטן ניט אַזאַ ווי אין קרים.
אין די דרײַ געגנטן זײַנען די רוסן אַ גרויסע, אָבער פֿון דעסטוועגן אַ מינאָריטעט אין דער באַפֿעלקערונג. אין די איבעריקע מיזרחדיקע געגנטן איז מער אָדער ווייניקער רויִק. און די עכט אוקראַיִנישע טיילן פֿונעם לאַנד זײַנען געשטימט זייער פּאַטריאָטיש.
רוסלאַנד איז דערווײַל פֿאַרפֿלייצט מיט שאָוויניזם. די מעדיאַ געפֿינט זיך אין די הענט פֿון דער מלוכה. עס זײַנען דאָ געציילטע, דער עיקר, אין אינטערנעץ באַזירטע, שטימען, וואָס קריטיקירן די רעגירונג. די מאַסן-פּראָפּאַגאַנדע ניצט אויס די טערמינאָלאָגיע פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה, באַשרײַבנדיק אוקראַיִנע ווי אַ מין המשך פֿון דעם פֿאַשיסטישן דײַטשלאַנד.
מע שפּילט אויך אויף דער באַליידיקונג, וואָס אַ סך רוסן האָבן דערפֿילט, ווען דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט זיך צעברעקלט און דאָס האָט אויסגעזען ווי אַ מפּלה פֿון רוסלאַנד, פֿון דער חרובֿ-געוואָרענער „אימפּעריע‟. די עקספּאַנסיע אין קרים איז פֿאַר זיי אַ דערקוויקונג, און מע רעדט וועגן דעם ווי אַ פּאָטשאַטיק פֿון „צונויפֿזאַמלען רוסישע טעריטאָריעס‟.
איז דער מערבֿ גרייט אָפּצושטעלן די אַגרעסיווע פּלענער פֿון רוסלאַנד? אָדער די געשיכטע וועט זיך איבערחזרן און מע וועט זיך נעמען צו טאָן עפּעס ממשותדיקס צו שפּעט? אין תּוך אַרײַן, איז מערבֿ, קודם-כּל אייראָפּע, שוין טיילווײַז שולדיק אין דעם קריזיס. וויקטאָר יאַנוקאָוויטש האָט זיך דאָך אַ וואָרף געטאָן צו רוסלאַנד, ווען ער האָט דערפֿילט, אַז אייראָפּע איז ניט געווען גרייט זיך צעבײַטלען, כּדי ראַטעווען די אוקראַיִנישע עקאָנאָמיע. הײַנט וועט מען מוזן צאָלן אַ העכערן פּרײַז.
בינו-לבינו, האָט די אייראָפּעיִשע פֿאַראייניקונג אײַנגעפֿירט סאַנקציעס פֿאַר 21 רוסישע און אוקראַיִנישע אָנגעשטעלטע. דאָס איז דער ערשטער און אַ רעלאַטיוו סימבאָלישער ענטפֿער אויף דער אַנעקסיע. מע סטראַשעט אויך מיט עקאָנאָמישע סאַנקציעס. עס גלייבט זיך ניט, אַז זיי וועלן זײַן באמת דראַמאַטישע. אָבער עקאָנאָמיסטן האַלטן, אַז אין רוסלאַנד וועט מען סײַ-ווי-סײַ דערפֿילן, אַז די וועלט האָט זיך געביטן. מײַן אַלטער פֿרײַנד פֿון מאָסקווע, וואָס פֿירט דאָרטן געשעפֿטן, האָט מיר געזאָגט, אַז מע פֿילט עס שוין, בפֿרט צוליב דער ניט-סטאַבילקייט פֿונעם רובל. אָבער דאָס הייסט ניט, אַז פּוטינס רעזשים וועט איינס-און-צוויי אונטערגיין. ער וועט זיך נאָך האַלטן אַ היפּש ביסל צײַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.