ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne


פֿון שרה זילבערמאַן

Published March 17, 2014, issue of April 11, 2014.

נײַער וועבזײַט וועגן ייִדיש

דער ייִדישער אַרבעטער-בונד אין מעלבורן, דער “קדימה־קולטור-צענטער”, די נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק, און די פֿאָלקשול “שלום־עליכם”־קאָלעדזש האָבן געגרינדעט אַ נײַע וועבזײַט, וואָס גיט איבער אינפֿאָרמאַציע אין ייִדיש און אין ענגליש וועגן אַלע דרײַ אָרגאַניזאַציעס, ווי אויך וועגן די אונטערנעמונגען, וועלכע קומען פֿאָר אין אויסטראַליע. די וועבזײַט הייסט “ייִדיש אָז”, און איר וועב־אַדרעס איז: yiddishoz.com.au

30 יאָר דעם חורבן-צענטער און מוזעום

דער מעלבורנער ייִדישער חורבן-צענטער און מוזעום איז געגרינדעט געוואָרן מיט דרײַסיק יאָר צוריק פֿון אַ גרופּע שארית־הפּליטה. די ערשטע צוויי מיט־פּרעזידענטן זײַנע זײַנען געווען אַהרן סאָקאָלאָוויטש (פּ”צ) און באָנאָ ווינער (בונד). דער צענטער האָט געפֿײַערט זײַנע דרײַסיק יאָר מיט אַן אונטערנעמונג, וווּ אַ הונדערט מיטאַרבעטער און פֿרײַוויליקע אַרבעטער זײַנען זיך צונויפֿגעקומען הערן די דערמאָנונגען פֿון די ערשטע פֿרײַוויליקע אַרבעטער אינעם צענטער: פֿון זײַן לאַנג-יאָריקן קאַסירער, דעם עקזעקוטיוו-דירעקטאָר און פּרעזידענט.

109 פֿרײַוויליקע אַרבעטער אַרבעטן מיט מיטן חורבן־צענטער הײַנט־צו־טאָג, צווישן זיי — זיבן און צוואַנציק פֿון דער שארית־הפּליטה. כּמעט צוויי און צוואַנציק טויזנט מיטלשול־תּלמידים און תּלמידות האָבן באַזוכט דעם חורבן־צענטער במשך פֿונעם יאָר 2013.

דער מעלבורנער חורבן־צענטער גרייט צו אַ גרעסערע אונטערנעמונג צו פֿײַערן זײַנע דרײַסיק יאָר, וואָס וועט פֿאָרקומען דעם 20סטן מײַ הײַיאָר.

די לאָקאַלע קהילה טאַדלט איראַן

פֿאָרשטייער פֿון די אויסטראַלישע ייִדישע אַרגאָניזאַציעס האָבן געטאַדלט איראַן פֿאַרן פּרוּוו אַרײַנצושמוגלען ראַקעטן און אַנדער געווער קיין עזה אויף דער שיף אונטער אַ פּאַנאַמישער פֿאָן אויפֿן רויטן ים. דאָס געווער איז געווען פֿאַרשטעלט ווי צעמענט־זעק.

די אויסטראַליער האָבן באַצייכנט דעם פּרוּוו ווי אַ באַווײַז, אַז די רעגירונג פֿון איראַן וויל נאָך אַלץ אומברענגען מדינת־ישׂראל. זיי האָבן אויך אונטערגעשטראָכן די סכּנה, אויב איראַן וועט ווײַטער בויען אָדער אײַנהאַנדלען מיט נוקלעאַר געווער.

אַ נײַ בוך וועגן ייִדישן אימיגראַנטישן לעבן

אַ נײַ בוך וועגן ייִדישן אימיגראַנטישן לעבן אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט קאַרלטאָן וועט אַרויס זונטיק דעם 23סטן מײַ. דאָס בוך אַנטהאַלט פֿינף און פֿערציק אויטאָביאָגראַפֿישע עסייען וועגן דעם ייִדישן לעבן אין קאַרלטאָן צווישן 1945 און 1975, און איז אַ טייל פֿונעם ייִדישן מעלבורן־פּראָיעקט בײַם אויסטראַלישן צענטער פֿאַר דער ייִדישער ציוויליזאַציע בײַם מאָנאַש־אוניווערסיטעט. דער רעדאַקטאָר פֿונעם בוך איז דזשולי מעדאָס. דאָס בוך הייסט “פֿון הימלען בלײַענע צו בלויע טעג” און איז דאָס צווייטע בוך אין דער סעריע וועגן ייִדישן לעבן אין קאַרלטאָן, וווּ פֿיל ייִדישע אימיגראַנטן האָבן זיך באַזעצט, ווען זיי זײַנען צוערשט געקומען קיין אויסטראַליע. דאָס ערשטע בוך אין דער סעריע הייסט “אַ שטעטל אין עק וועלט”.

די הזכּרה פֿון קראָקעווער לאַנדסלײַט

קראָקעווער ייִדן, זײערע קינדער און אייניקלעך זײַנען זיך צונויפֿגעקומען אויפֿן בית־עולם אָפּצוגעבן כּבֿוד די קראָקעווער קדושים 71 יאָר נאָך דער ליקווידאַציע פֿונעם קראָקאָווער געטאָ דעם 13 מאַרץ 1943.

די מעלבורנער קהילה וואָרנט קעגן שיכּרות אום־פּורים

דער ייִדישער קהילה-ראַט פֿון וויקטאָריע האָט אײַנגעפֿירט אַ יוגנט אַלקאָהאָל-פּראָיעקט, כּדי צו העלפֿן באַקעמפֿן דעם מינהג, פֿאַרשפּרייט צווישן די יונגע לײַט זיך צו אָנשיכּורן אום־פּורים. אַ טייל יונגע ייִדן ווערן אַפֿילו געבראַכט אין שפּיטאָל אַרײַן אום־פּורים צוליב דעם, וואָס זיי האָבן אויסגעטרונקען צו פֿיל אַלקאָהאָל און זײַנען קראַנק געוואָרן דערפֿון.

דער פּראָיעקט רופֿט די עלטערן פֿון די יוגנטלעכע צו שפּילן אַן אַקטיווע ראָלע אין די פּורים־פּלענער פֿון זייערע קינדער, כּדי זיי צו באַשיצן. מע דערלאַנגט נישט קיין אַלקאָהאָלישע געטראַנקען בײַ קהלישע פּורים־אונטערנעמונגען, אָבער עס איז באַוווּסט, אַז אַ טייל יוגנטלעכע שיכּורן זיך אָן אין דער היים, איידער זיי קומען אויף די קהלישע אונטערנעמונגען. לאָקאַלע רבנים האָבן געהייסן פֿײַערן די ייִדישע יום־טובֿים אָן אַלקאָהאָל, דער עיקר, אַז די יוגנטלעכע זאָלן זיך נישט אָנשיכּורן.

די רעגירונג שטיצט אָרגאַניזאַציע פֿאַר געליטענע פֿון סעקסועלע מיסברויכן

די אויסטראַלישע רעגירונג איז זיך מנדר מיט דרײַ הונדערט טויזנט אויסטראַלישע דאָלאַרן פֿאַר דער אָרגאַניזאַציע “צדק”, וואָס רעדט אין נאָמען פֿון די ייִדישע געליטענע פֿון סעקסועלע מיסברויכן.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.