ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

Courtesy of jewishmuseum.org.pl

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published March 18, 2014, issue of April 11, 2014.

דער סימבאָל פֿון אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ

דער ייִדישער מוזיי זוכט וואָלונטירן, וועלכע וועלן, ווי מיט אַ יאָר פֿריִער, שטיין אויף די וואַרשעווער גאַסן און צעטיילן פּאַפּירענע געלע נאַרציסן. דער מוזיי וויל פֿאַראייביקן אויף אַזאַ אופֿן די קעמפֿער פֿון וואַרשעווער געטאָ.

דעם 19 אַפּריל מערקן מיר אָפּ דעם 71סטן יאָרטאָג פֿונעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. פֿאַר וואָס דווקא געלע נאַרציסן? מסתּמא, ווײַל זיי דערמאָנען די געלע לאַטעס, וואָס די ייִדן האָבן געמוזט טראָגן אין נאַצי־אייראָפּע. נאָר וואָס זשע? דווקא אַ היסטאָרישער מוזיי וואָלט געדאַרפֿט וויסן, אַז אין וואַרשע בכלל, און אין וואַרשעווער געטאָ בפֿרט, האָט מען נישט געטראָגן קיין געלע לאַטעס, נאָר דווקא אָרעם-בענד מיט אַ בלויען מגן־דוד. אפֿשר וואָלט געווען מער יושרדיק צו שאַפֿן אַ פּאָר בלוי-ווייסע פּאַפּירענע בלומען, אין אָנדענק פֿון די ייִדישע קעמפֿער? דאָס בלימל נאַרציס איז, ווי באַקאַנט, דער סימבאָל פֿון עגאָיִזם; בלוי און ווײַס זענען, אין קעגנזאַץ, די קאָלירן פֿון ריינקייט און נשמהדיקייט. אונדזערע טליתים זענען אָפֿט בלוי־ווייס, און די ייִדישע פֿאָן אויך.


אויסשטעלונג: די ייִדישע וואַרשע

דעם 28סטן מאַרץ עפֿנט דער וואַרשעווער ייִדישער מוזיי אַ נײַע אויסשטעלונג — די ייִדישע וואַרשע. וואַרשע איז געווען פֿערציק פּראָצענט ייִדיש פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. די אויסשטעלונג וועט ווײַזן וואַרשע, ווי זי האָט אַ מאָל אויסגעזען, ווען די קאַפֿע-הײַזער זענען געווען געפּאַקט מיט ייִדן; צענדליקער ייִדישע צײַטונגען זענען געווען אויסגעשטעלט אין די קיאָסקן, און די וואַרשעווער ייִדן האָבן זיך פֿאַרווײַלט אויף ייִדישע באַלן, קאָנצערטן און טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען.

“וואַרשע, וואַרשע, וואַרשע” — האָט מלך ראַוויטש געשריבן אין זײַן “מעשׂה-בוך פֿון מײַן לעבן”: “דאָס וואָרט איז אַרײַן אין מיר ווי א דיבוק. איך האָב עס געזאָגט בײַ טאָג און בײַ נאַכט — א טונקל און מעכטיק וואָרט — אין ייִדיש טאַקע בלויז ‘וואַרשע’, אָבער אין פּויליש האָט דער נאָמען דרײַ שוואַרצע, שווערע טראַפֿן, אָנגעלאָדן מיט גורל און דראַמע, און אפֿשר אויך מיט טראַגיק. וואַר-שאַ-וואַ.”


טאַטויִר־מכשיר פֿון אוישוויץ

אין פּוילן האָט מען לעצטנס אַנטדעקט מכשירים פֿאַר טאַטויִרונג פֿון אוישוויץ בירקענאַו. די מכשירים האָבן שפּילקעס, וואָס מען האָט אײַנגעפּרעסט אין דער הויט פֿון די קאַצעטלער.

פּיאָטר ציווינסקי, דער דירעקטאָר פֿונעם „אוישוויץ־מוזיי‟ גיט צו, אַז ער האָט נישט געגלייבט, אַז אַזוי פֿיל יאָרן נאָכן חורבן וועט מען געפֿינען די מכשירים. ווער ס׳האָט געבראַכט די אָריגינעלע מכשירים אין מוזיי, האָט דירעקטאָר ציווינסקי נישט געוואָלט אַנטפּלעקן.

די מכשירים, וואָס דער מוזיי האָט באַקומען, טראָגן די ציפֿערן צוויי, נײַן אָדער זעקס און דרײַ. די דײַטשן האָבן פֿאַרוווּנדיקט די געפֿאַנגענע מיט די שפּילקעס און פֿאַרשמירט די וווּנדן מיט טינט. אויף אַזאַ אופֿן האָבן זיך געשאַפֿן נומערן, ס’רובֿ אויף די אָרעמס.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.