שוין… די באַגעגעניש צווישן מאַכמוד אַבאַס און באַראַק אָבאַמאַ איז געבליבן אינעם עבֿר…
בשעת איך שרײַב די דאָזיקע שורות, איז נאָך נישט אַרויסגעקומען קיין שום בשׁורה פֿון דעם „אָוואַלן צימער‟, און עס איז אַ ספֿק, צי מע וועט זוכה זײַן צו הערן עפּעס, וואָס מ’קען טאַקע אָנרופֿן „בשׂורה‟, אָן קאַטאָוועס.
אָבאַמאַ וויל, אַז אַבאַס און נתניהו זאָלן אָננעמען „שווערע באַשלוסן‟, מאַכן דערוואַגטע טריט. זיך צוהערן צום אַמעריקאַנער פּרעזידענט, קען זיך גאָר שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז בײַ אים אַליין שיטן זיך „שווערע באַשלוסן‟ פֿון אַרבל.
די הויפּט-פּראָבלעם איז, צי וועלן די פּאַלעסטינער מוזן אָנערקענען ישׂראל ווי אַ ייִדישע מדינה אין די ראַמען פֿון דעם שלום-אָפּמאַך? עס שײַנט, אַז אין קעגנזאַץ מיט דעם, וואָס די ישׂראל־פּרעסע האָט געשריבן, איז אַמעריקע מער גענייגט אָנצונעמען די פּאַלעסטינער זײַט, כאָטש אין דעם ענין.
אַן אָנצוהערעניש, וווּהין עס בלאָזט דער ווינט אין דעם „ווײַסן הויז‟ האָבן מיר באַקומען פֿון דזשאָן קערי. ער האָט בפֿירוש אָנגענומען די פּאַלעסטינער טענה, אַז צו אָנערקענען ישׂראל ווי אַ ייִדישע מדינה, האָט נישט קיין זינען, און עס גיט די פּאַלעסטינער צו נאָך מער כּוח אין די פֿאַרהאַנדלונגען.
נו, וואָס קען מען ענטפֿערן דערויף? עס הייבט זיך נישט אָן און לאָזט זיך נישט אויס; אַזוי באַקומט זיך, אַז מע דאַרף זיך גאָרנישט אײַנעקשנען וועגן קיין שום זאַך. די פּאַלעסטינער ווילן דאָס און יענץ? גיב עס זיי אַוועק! זיי ווילן נישט טאָן דאָס און יענץ? וואָס שלאָגסטו זיך מיטן קאָפּ אין וואַנט? ביסט דאָך קליגער, גיב בעסער אויף!
אַ פֿײַנער פּלאַן: מע דאַרף גאָר אָננעמען זייער זײַט, און אַזוי וועלן די פּאַלעסטינער פֿאַרלירן אַלע זייערע „פֿאַרהאַנדלונג-קאָרטן‟ — טאַקע אַן אײַזערנער אַרגומענט.
אמת, אויך אין ישׂראל זענען פֿאַראַן שטימען, וואָס שטעלן זיך קעגן דער פֿאָדערונג; פֿון דעסטוועגן, איז זי די הויפּט־ליניע פֿון נתניהו, און דאָס וואָס קערי שטעלט זיך קעגן איר, וועט זיכער נישט פֿאַרפֿעסטיקן דעם הינקענדיקן צוטרוי צווישן ביידע צדדים.
איך אַליין זע נישט קיין שׂכל אין אַזאַ פֿאָדערונג, פּשוט ווײַל איך גלייב נישט, אַז זי וועט קומען צו נוץ אין אַ נויטפֿאַל; די אינטערנאַציאָנאַלע געזעלשאַפֿט וועט זיך סײַ־ווי מאַכן נישט־וויסנדיק אינעם פֿאַל פֿון אַ פֿאַרלעצונג. מיר זעען דאָך, מיט די אייגענע אויגן, וואָס פֿאַר אַ ווערט האָט אַ הסכּם הײַנטיקע צײַטן; איך מיין דעם קריזיס אַרום קרים.
אָבער פֿאָרט, אויב מע וויל מלמד-זכות זײַן, אָננעמענדיק, אַז אָפּמאַכן האָבן נאָך אַ ברעקל ווערט, קען מען פֿאַרשטיין די פֿאָדערונג, ווי אַ פּרוּוו, צו מאַכן אַן עק צו די טעריטאָריעלע רײַבונגען. אַנדערש געזאָגט, קלאָר שטעלן, אַז פּונקט ווי עס זענען דאָ בײַ ייִדן צוויי באַגריפֿן — ארץ-ישׂראל און מדינת-ישׂראל, און מדינת-ישׂראל טאָר זיך נישט אַרײַנמישן אין די אינערלעכע ענינים פֿון פּאַלאַסטין; אַזוי זאָל זײַן אויך בײַ די אַראַבער: דאָס אויסגעחלומטע פּאַלאַסטין פֿון יאָר 1948 און „מדינת-פּאַלאַסטין‟, אַן אַראַבישע מדינה, איז אַ שכנה, וואָס טאָר נישט אַרײַנשטופּן איר נאָז אינעם ישׂראלדיקן טעפּל.
איין קשיא בלײַבט נאָך אַלץ נישט פֿאַרענטפֿערט: פֿאַרוואָס ענטפֿערן אַבאַס און די „אַראַבישע ליגע‟ אויף אָט דער פֿאָדערונג מיט אַ הילכיקן „ניין‟, בשעת דאָס גרינגסטע וואָלט געווען, לכאורה, זיך אָפּשאָקלען פֿון ישׂראל מיט אַ „יאָ‟ — שלי-שלי, שלך-שלך?
כּדי צו דערגיין צו דעם שׂכל, לאָמיר אַרײַנקוקן אויף אַ ווײַל אין די טיפֿענישן פֿון דעם אוסטאַוו פֿון דער „אָרגאַניזאַציע פֿאַר פֿאַלאַסטין־באַפֿרײַונג‟, אין שפּיץ מיט מאַכמוד אַבאַס, און אַרויסברענגען אַ „פּערל‟:
אונטערן נומער צוואַנציק ווערט געזאָגט:
„׳באָלפֿור־דעקלאַראַציע׳, דער נוסח פֿון דעם בריטישן מאַנדאַט, און וואָס עס ווערט געדרונגען פֿון דעם, איז בטל-ומבוטל. די טענות וועגן אַ היסטאָרישער אָדער גײַסטלעכער פֿאַרבינדונג צווישן ייִדן און פּאַלעסטינע שטימען נישט מיט די היסטאָרישע פֿאַקטן און מיט די קאָמפּאָנענטן פֿון אַ מדינה, לויט זייער אמתן מיין. ייִדישקייט, ווי אַ הימלישע גלויבונג, איז נישט קיין נאַציאָנאַליזם מיט אַן אייגענעם קיום, דערצו זענען די ייִדן נישט איין פֿאָלק, מיט אַן אייגענעם כאַראַקטער (בשעת דער פּאַלעסטינישער כאַראַקטער איז אַן אייביקער וועזן, וואָס ווערט איבערגעגעבן פֿון טאַטן צום זון, לויט פּאַראַגראַף נומער 3 — ע. ק.), זיי זענען בירגער פֿון די דינים, צו וועלכע זיי געהערן.‟
אָט דעם פּאַראַגראַף ציטירט אַבאַס כּסדר; אַזאַ איז אויך די שטעלונג פֿון דער „אַראַבישער ליגע‟; דאָס איז די עסענץ פֿון דעם איסלאַמישן קוקווינקל אויפֿן ייִדישן פֿאָלק. די אַראַבער פֿאָלגן דער אייגענער ליניע שוין אַ קײַמאַ-לן פֿון זיבעציק יאָר; זיי ווילן נישט „אויפֿגעבן‟, „אַוועקגעבן‟ אָדער „גיין אויף פּשרות‟ פֿאַר זייער „גוטס‟, ווי עס עצהט זיי אַמעריקע.
די שטעלונג פֿון דער „אַראַבישער ליגע‟ איז אַן אָפֿענער שפּײַ אין קעריס פּנים, און מעקט אָפּ דעם סוף פֿון זײַן „שעפֿערישער לייזונג‟. דזשאָן קערי וועט זיך נאָך נייטיקן אין נײַן מאָס שעפֿערישקייט, כּדי פֿאָרצושטעלן דעם אַראַבישן „ניין‟ אין אַ „יאָ‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.