לויט אַ נײַער אַנקעטע, וואָלטן בערך 30% פֿון די אײַנוווינער אין די ייִשובֿים אויפֿן מערבֿ־ברעג זיך אַרויסגעצויגן אויב מע וואָלט זיי קאָמפּענסירט, אַפֿילו אָן אַ שלום־אָפּמאַך מיט די פּאַלעסטינער.
די אַנקעטע האָט אויך אַנטדעקט, אַז כּמעט 50% פֿון די 100,000 קאָלאָניסטן, וועלכע וווינען אין די ראַיאָנען, וואָס קאָנען, לויט אַ שלום־אָפּמאַך, איבערגעגעבן ווערן די פּאַלעסטינער, וואָלטן פֿרײַוויליק עוואַקויִרט נאָך אַזאַ אָפּמאַך, בעת 40% וואָלטן עס נישט געטאָן.
די אַנקעטע איז דורכגעפֿירט געוואָרן דורך דער נישט־פּאַרטיייִשער ישׂראלדיקער אָרגאַניזאַציע „בלאָ־און־ווײַסע צוקונפֿט‟, וואָס מוטיקט די קאָלאָניסטן זיך אַריבערציִען אין די ערטער, וואָס האָבן געהערט צו ישׂראל פֿאַר 1967. די אָרגאַניזאַציע ווערט אָנגעפֿירט דורך דעם געוועזענעם הויפּט פֿון אינערלעכער זיכערהייט, עמי אילון, און אַ געוועזענעם פֿאַרמיטלער אין די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען, גלעד שער.
שער האָט פֿאָרגעלייגט, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג זאָל דורכפֿירן אַ געזעץ, וואָס קאָמפּענסירט שוין די אײַנוווינער, וועלכע עוואַקויִרן זיך פֿרײַוויליק. „אַזאַ שריט וואָלט בולט אַרויסגעוויזן, אַז ישׂראל איז ערנסט געשטימט צו דערגרייכן אַ לייזונג דורך שאַפֿן צוויי מלוכות,‟ האָט ער דערקלערט. „דאָס וואָלט פֿאַרשטאַרקט די מעגלעכקייט, אַז די פֿאַרהאַנדלונגען זאָלן מצליח זײַן, און געמוטיקט די פּאַלעסטינער אַליין צו מאַכן די ערשטע טריט, וואָס שייך אַ קאָנסטרוקטיווער אומאָפּהענגיקייט.‟
בײַ די קאָלאָניסטן, וועלכע זענען גרייט זיך, צו עוואַקויִרן אַפֿילו אָן אַ שלום־אָפּמאַך, האָט די אַנקעטע אָנגעוויזן, אַז דרײַ־פֿערטל פֿון זיי וואָלטן זיך אַריבערגעצויגן אין די ראַיאָנען, וואָס האָבן געהערט צו ישׂראל פֿאַר 1967, און די אַנדערע — צו די גרויסע ייִשובֿים־בלאָקן, וואָס ישׂראל באַצייכנט ווי אָפֿיציעלע שטעט, ווי מעלה־אדומים און ביתּר. נאָך אַ שלום־אָפּמאַך וואָלטן 55% זיך אַריבערגעצויגן אין די ייִשובֿים־בלאָקן, און 45% — צו די ראַיאָנען, וואָס האָבן געהערט צו ישׂראל פֿאַר 1967.
די קאָלאָניסטן, וועלכע זענען די גרייטסטע זיך אַריבערצוקלײַבן אָן אַ שלום־אָפּמאַך זענען די צווישן 50 און 59 יאָר אַלט (46.5%). די וועלכע זענען צום ווייניקסטן פֿאַראינטערעסירט, זענען צווישן 18 און 29 יאָר אַלט (10.2%)
12.6% פֿון די וועלכע זענען גרייט זיך אַריבערצוציִען אָן אַן אָפּמאַך האָבן זיך באַצייכנט ווי רעליגיעז, און 45.5% ווי סעקולערע ייִדן. בערך 22.4% זאָגן, אַז זיי זענען חרדים, און 35.5% — טראַדיציאָנעל־געשטימט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.