נישט גרינג צו ווערן אַ רבֿ

Not Easy to Become a Rabbi

די גראַדואַנטן פֿונעם ראַבינער־סעמינאַר אין „היברו יוניאָן קאָלעדזש‟ אין סינסינאַטי, 2013
Janine Spang
די גראַדואַנטן פֿונעם ראַבינער־סעמינאַר אין „היברו יוניאָן קאָלעדזש‟ אין סינסינאַטי, 2013

פֿון אוריאל הײַלמאַן (ייִט״אַ)

Published March 19, 2014, issue of April 11, 2014.

איר האָט באַשלאָסן צו שטודירן אויף רבֿ אָדער ראַבינער? מזל־טובֿ!

דאָס אָנגענומען ווערן אין אַ סעמינאַר איז דווקא גאַנץ גרינג די טעג. צווישן די מיטן־1990ער און מיטן־2000ער יאָרן, זענען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן געגרינדעט געוואָרן פֿיר נײַע רבנים־ און ראַבינער־סעמינאַרן: די ליבעראַל־אָרטאָדאָקסישע „ישיבֿת חובֿבֿי־תּורה‟; די קאָנסערוואַטיווע „זיגלער־שול פֿון ראַבינער־שטודיעס‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס, און צוויי נישט־אַפֿיליִיִרטע סעמינאַרן בײַם „היברו קאָלעדזש‟ לעבן באָסטאָן, און בײַ דער „אַקאַדעמיע פֿאַר דער ייִדישער רעליגיע‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס.

פֿון דער צווייטער זײַט, איז די צאָל מענטשן, וועלכע געבן אָן אויף די רבנים־סעמינאַרן הײַנט קלענער ווי אַמאָל. בײַ די זיבן ליבעראַלע ראַבינער־סעמינאַרן אין אַמעריקע, איז במשך פֿון די לעצטע צען יאָר געפֿאַלן דער פּראָצענט נײַע סטודענטן מיט 28%, גיט איבער ראַבינערין אַמבער פּאַוערס, אַן אַסיסטענטקע בײַם וויצע־פּרעזידענט פֿונעם „רעקאָנסטרוקציאָניסטישן קאָלעדזש‟. אין 2004 האָבן די ליבעראַלע סעמינאַרן באַקומען 118 נײַע סטודענטן אויף ראַבינער, אָבער אין 2013 זענען אַרײַנגעקומען בלויז 84.

אַפֿילו אויב איר זענט הײַיאָר נישט אָנגענומען געוואָרן, וועט דער אויפֿנעם־אָפּטייל בײַ ס׳רובֿ סעמינאַרן אײַך העלפֿן געפֿינען פּראָגראַמען צו פֿאַרבעסערן אײַער קענטשאַפֿט פֿון לשון־קודש און די תּפֿילות, כּדי מע זאָל אײַך יאָ אָננעמען דאָס קומעדיקע יאָר.

זאָרגט איר זיך, אַז איר וועט נישט געפֿינען קיין רבנים־סעמינאַר לעבן אײַער שטאָט? אמת, די איינציקע אָנגענומענע רבנים־ און ראַבינער־סעמינאַרן געפֿינען זיך אין ניו־יאָרק, לאָס־אַנדזשעלעס, באָסטאָן און סינסינאַטי. אָבער הײַנט קען מען אויך שטודירן אויף ראַבינער דורך דער אינטערנעץ. „אַלף — די אַליאַנץ פֿאַר ייִדישער באַנײַונג‟ גיט אַ 5־יאָריקע פּראָגראַם דורך איר וועבזײַט.

אויב אָבער איר ווילט עס נישט טאָן דורך דער אינטערנעץ, דאַרפֿט איר זײַן גרייט צו שטודירן פֿיר אָדער פֿינף יאָר, אַרײַנגערעכנט איין יאָר אין ישׂראל.

אַ פֿײַערונג אין ישיבֿה־אוניווערסיטעט 2010, לכּבֿוד די 200 סטודענטן, וועלכע האָבן באַקומען סמיכה במשך פֿון די פֿריִערדיקע פֿיר יאָר
Y.U.
אַ פֿײַערונג אין ישיבֿה־אוניווערסיטעט 2010, לכּבֿוד די 200 סטודענטן, וועלכע האָבן באַקומען סמיכה במשך פֿון די פֿריִערדיקע פֿיר יאָר

דער יערלעכער שׂכר־לימוד בײַ ס׳רובֿ שולן איז אויך גאַנץ הויך. דער קאָנסערוואַטיווער „ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר‟ אין ניו־יאָרק קאָסט בערך $28,000 אַ יאָר; די „זיגלער־שול‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס — $26,500; „היברו־קאָלעדזש‟ קאָסט $35,000; דער רעקאָנסטרוקציאָניסטישער ראַבינער קאָלעדזש‟ — $21,000, און דער רעפֿאָרם־סעמינאַר „היברו יוניאָן קאָלעדזש‟ קאָסט בערך $20,000.

אויב איר זוכט אַן אָרטאָדאָקסישע אינסטיטוציע, איז אַ סך גרינגער: „ישיבת חובֿבֿי־תּורה‟ רעכנט בכלל נישט קיין שׂכר־לימוד, און גיט סטודענטן אַ סובסידיע דערצו, אויף לעבן־הוצאָות. דער „רבנים־סעמינאַר אויפֿן נאָמען פֿון הרבֿ יצחק אלחנן‟ בײַם ישיבֿה־אוניווערסיטעט, קאָסט אויך נישט קיין געלט.

„אונדזער טראַדיציע, אָנגעהויבן נאָך מיט 100 יאָר צוריק, איז נישט צו רעכענען קיין שׂכר־לימוד בײַ די סטודענטן פֿון אונדזער רבנים־סעמינאַר,‟ האָט דערקלערט הרבֿ מנחם פּענער, דער דעקאַן פֿונעם סעמינאַר. „דאָס איז אַ מתּנה פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט צו דער קהילה.‟

איר וואָלט אויך געמעגט אויספֿאָרשן דעם אַרבעט־מאַרק פֿאַר רבנים און ראַבינער. די פּאָזיציעס, וועלכע ווערן באַצאָלט צום בעסטן, זענען ווי גײַסטיקע פֿירער פֿון אַ סינאַגאָגע, אָבער קיין סך פּאָזיציעס זענען נישטאָ צום באַקומען. חוץ דער אָרטאָדאָקסישער קהילה, האַלט אין איין פֿאַלן די צאָל סינאַגאָגעס אין לאַנד, ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער רעצעסיע, גלײַכגילט צו אָרגאַניזירטער רעליגיע מצד די ייִנגערע ייִדן און דער פֿאַרקלענערטער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין די קלענערע שטעט און שטעטלעך. אַ טייל סינאָגאָגעס האָבן זיך שוין צונויפֿגעגאָסן, און אַנדערע האָבן זיך בכלל געשלאָסן.

„נישטאָ קיין שטעלעס פֿאַר די יונגע לײַט,‟ האָט באַמערקט ראַבינער עד פֿײַנשטיין, וועלכער לערנט רבנישע שטודיעס אין „זיגלער‟ און דינט ווי דער גײַסטיקער פֿירער פֿון דער סינאַגאָגע „וואַלי בית־שלום‟ אין ענסינאָ, קאַליפֿאָרניע. „ווען איך בין געווען יונג האָט מען אונדז געזאָגט, אַז מע זוכט אַלץ מער ראַבינער. הײַנט — נישט.‟

הרבֿ עליאָט שאָענבערג, וועלכער העלפֿט די גראַדואַנטן פֿון קאָנסערוואַטיווע ראַבינער־סעמינאַרן געפֿינען שטעלעס, זאָגט, אַז בערך 100 קאָנסערוואַטיווע ראַבינער זוכן איצט אַבעט, אָבער בלויז 50־60 סינאַגאָגע־פּאָזיציעסעס זענען פֿאַראַן. בײַ די רעפֿאָרם־ראַבינער איז דער מצבֿ בעסער: בערך 80% פֿון די סטודענטן, וועלכע זענען באַשטעטיקט געוואָרן ווי ראַבינער, האָבן באַקומען אַרבעט.

בײַ די אָרטאָדאָקסישע גראַדואַנטן, געפֿינען זיך ס׳רובֿ פֿון די שיל־פּאָזיציעס מחוץ דער ניו־יאָרקער געגנט. לויטן ישיבֿה־אוניווערסיטעט, באַקומען בלויז 25% פֿון די נײַע גראַדואַנטן אַ פּאָזיציע אין אַ סינאַגאָגע, אָבער 80% קריגן אַרבעט אין אַ טאָגשול, קאָלעדזש־קאַמפּוס, אָדער ווי אַ גײַסטלעכער אין אַ שפּיטאָל אָדער מיליטערישער באַזע. די אַנדערע 20% נעמען אָן סעקולערע פּרנסות אין חשבון־פֿירערײַ, יוריספּרודענץ און מעדיצין.

אויב אײַער סיבה צו ווערן אַ רבֿ אָדער ראַבינער איז צו לערנען תּורה, איז אפֿשר אויך נישט כּדאַי, ווײַל ס׳רובֿ סעמינאַרן באַטאָנען הײַנט די וויכטיקייט פֿון פֿירערשאַפֿט און געלט־זאַמלערײַ. „אַ רבֿ אָדער ראַבינער איז נישט בלויז אַ רעליגיעזער פֿירער, אָבער אויך דער פֿינאַנציעלער שעף פֿון דער שיל,‟ האָט באַמערקט הרבֿ ראָנאַלד שוואַרצבערג, וועלכער זוכט שטעלעס פֿאַר די גראַדואַנטן פֿונעם רבנים־סעמינאַר אין ישיבֿה־אוניווערסיטעט.

סעם טיילאָר, אַ גראַדואַנט פֿון דער „ישיבֿה‟־פּראָגראַם זאָגט, אַז די אַלע פּרטים גייען אים נישט שטאַרק אָן, ווײַל בײַ אים איז דאָס ווערן אַ רבֿ ממש אַ שליחות. „מע דאַרף פּשוט האָבן בטחון אינעם אייבערשטן,‟ האָט ער געזאָגט.