אַ צאָל אינסטיטוציעס האָבן שוין אַנולירט, בויקאָטירט און פֿאַרווערט רעדנער, וועלכע דריקן אויס אַ שטעלונג צו ישׂראל, וואָס שטימט נישט מיט זייער אייגענער פּאָזיציע. „הילל אינטערנאַציאָנאַל‟ זעט שוין, אַז זי קאָן נישט אַרײַנציִען אַלע ייִדישע סטודענטן און גלײַכצײַטיק אײַנפֿלאַנצן אין זיי אַ ליבשאַפֿט פֿאַר מדינת־ישׂראל. האָט זי באַשלאָסן, אַז דער צווייטער ציל פֿון „הילל‟ איז מער חשובֿ.
אַפֿילו דער „ייִדישער מוזיי‟ האָט אַנולירט אַן אויפֿטריט פֿון דזשודיט באָטלער, אַ ליטעראַטור־קריטיקערין, וועלכע שטיצט דעם בויקאָט פֿון ישׂראל, כאָטש זי האָט געזאָלט רעדן וועגן פֿראַנץ קאַפֿקאַ, נישט וועגן ישׂראל־פּאָליטיק.
אַוודאי, האָט מען געהערט פּראָטעסטן מצד דעם פּראָגרעסיוון צד דורך אַ צאָל מיינונג־אַרטיקלען, בלאָגן און פּעטיציעס. אָבער די אַלע באַמיִונגען וועלן נישט האָבן קיין עפֿעקט, ווײַל זיי נעמען אָן, אַז די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס באַדינען די מיטגלידער; ס׳איז אָבער נישט אַזוי.
אין לעצטן סך־הכּל, באַדינען זיי זייערע מנדבֿים — בפֿרט אַ קליינע גרופּע מאַגנאַטן, וועלכע זענען אָדער עקסטרעם־רעכט (שעלדאָן איידלסאָן), אָדער סתּם רעכט־געשטימט (לין שוסטערמאַן).
מײַנע טײַערע קאָלעדזש־סטודענטן, אײַערע אַרגומענטן, בקשות און פּעטיציעס גייען זיי אָן ווי דער פֿאַראַיאָריקער שניי. זיי גייט אין לעבן דווקא וואָס זייערע מנדבֿים, פֿונדאַציעס און פֿעדעראַציעס זאָגן. דאָס זענען די מענטשן, וואָס אײַער „הילל‟־דירעקטאָר דאַרף צופֿרידנשטעלן. ווײַל אויב נישט, קאָן ער פֿאַרלירן זײַן שטעלע.
אויב איר ווילט אויסדריקן אײַער כּעס, טוט עס אויף אַ פּראָדוקטיוון אופֿן: פֿאַרלאָזט דעם „הילל‟.
מיר וואָלט ליבער געווען, ווען „הילל‟ וואָלט עפֿנטלעך דערקלערט: „די שטיצע און ליבשאַפֿט פֿאַר מדינת־ישׂראל ווערט אויסגעדריקט אויף פֿאַרשידענע אופֿנים. בײַ געוויסע מענטשן, הייסט דאָס זיך אַנטקעגנשטעלן דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק. מיר זענען נישט מסכּים מיט די בויקאָט־שטיצער, אָבער מיר וועלן מאַכן אָרט פֿאַר די, וואָס דריקן אויס אַזאַ שטעלונג ווײַל זיי זענען אויך אַ טייל פֿון דעם וויכטיקן סיכסוך אויף דער טעמע, ׳שטיצע פֿאַר ישׂראל׳.‟
ס׳איז מעגלעך, אַז די פֿעדעראַציעס, „היללס׳, ייִדישע שולן און מוזייען וועלן קאָנען פּועלן בײַ זייערע מנדבֿים. געוויינטלעך, איז אַפֿילו נישט כּדאַי צו פּרוּוון (איך האָב אַמאָל געאַרבעט פֿאַר אַ ייִדישער פֿונדאַציע, ווייס איך דאָס פֿון דער ערשטער האַנט), אָבער פֿון דער צווייטער זײַט, אפֿשר וועלן זיי יאָ איבערצײַגן די ייִדישע פֿילאַנטראָפּן, אַז — פּונקט ווי וואָלטער האָט אַ מאָל געשריבן — אויב מיר זענען נישט מסכּים מיט אַ געוויסער שטעלונג (פּונקט ווי איך בין נישט מסכּים מיט די בויקאָטיר־אַקטיוויסטן קעגן ישׂראל), זאָלן מיר סײַ־ווי פֿאַרטיידיקן זייערע רעכט אויסצודריקן אַזאַ שטעלונג.
צוריקגערעדט, אפֿשר ווילן די פֿילאַנטראָפּן גיכער באַדינען די באַפֿעלקערונג, וואָס איז קלענער, און שטימט מיט זייער אייגענער אידעאָלאָגיע. און אויב אַזוי, וואָלט אײַך שוין נישט געווען בעסער אַוועקצוגיין פֿון „הילל‟, און גרינדן אײַער אייגענע אָרגאַניזאַציע?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.