ווי אַלע ייִדן איבער דער וועלט, האָט אויך די מאָסקווער ייִדישע קהילה געפּראַוועט פּורים. מע האָט געקענט הערן די „מגילה‟ אין מער ווי צענדליקער שילן אין מאָסקווע; אין דער גרויסער חב״ד־שול, נאָך אין עטלעכע שילן און אינעם נײַעם ייִדישן מוזיי האָט מען דורכגעפֿירט פּראָגראַמען פֿאַר קינדער מיט קאַרנעוואַלן, פֿאַרמעסטן און אַזוי ווײַטער.
די הויפּט־געשעעניש איז פֿאָרגעקומען שבת צו נאַכט — דער גרויסער יערלעכער קאָנצערט פֿון קלעזמער־מוזיק „ייִדיש־פֿעסט‟, וואָס ווערט דורכגעפֿירט שוין צום 10טן מאָל, און ווערט געשטיצט פֿון דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע, ייִדישער פֿעדעראַציע פֿון ניו־יאָרק, רוסישער ייִדישער אויטאָנאָמיע און דער פֿונדאַציע „דזשענעסיס‟. הײַיאָר האָט מען פֿאַרן קאָנצערט אויסגעקליבן אַ זאַל אין סאַמע צענטער פֿון מאָסקווע, אויפֿן געוועזענעם שטח פֿון דער פֿאַבריק „רויטער אָקטיאַבר‟, כּמעט אַנטקעגן דעם קרעמל. דער פֿעסטיוואַל האָט שוין אַ שטענדיקן עולם, און עס קומען ניט נאָר ייִדן.
דער קאָנצערט איז אַ טייל פֿונעם אַלגעמיינעם „ווידערגעבורט‟ פֿון דער קלעזמערישער מוזיק, און געוויינטלעך שפּילן אויפֿן „יידיש־פֿעסט‟ תּלמידים און חבֿרים פֿון מיישקע אַלפּערט און שוין תּלמידים פֿון זײַנע תּלמידים. דאָס יאָר זענען קיין מאָסקווע געקומען פֿרענק לאָנדאָן, דער באַרימטער טרומייטער פֿון אַמעריקע; דער אַמעריקאַנער קלאַרנעט־שפּילער מײַקל ווינאָגראַד; דער פֿידלער מאַרק קאָוונאַצקי, וואָס וווינט אין דײַטשלאַנד; פּסוי קאָראָלענקאָ, און די בענד־גרופּע „אָפּאַ‟. דעם עולם איז באַזונדערס שטאַרק געפֿעלן געוואָרן דער שוואַרצער חזן פֿון אַמעריקע דזשאָשואַ נעלסאָן, וואָס האָט איבערראַשט די צוהערער מיט זײַן קול און מיט זײַנע אינטערפּרעטאַציעס פֿון פֿאָלקס־מעלאָדיעס.
דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט אָרגאַניזירט אַן אָוונט אונטערן נאָמען „די בערן און דער ווײַן‟. דער באַרימטער עטנאָגראַף און ליטעראַטור־פֿאָרשער פֿון סאַנקט־פּעטערבורג וואַלערי דימשיץ האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט פֿונעם כּשרן ווײַן „כּרמל‟: ווען און וווּ האָט זיך באַוויזן דער „ברענד‟? ווער און ווי אַזוי האָט מען פּראָדוצירט דעם ווײַן? וואָס האָבן געוווּסט וועגן דעם ישׂראלדיקן ווײַן די ייִדן אין תּחום־המושבֿ? ווי אַזוי האָט מען געליפֿערט דעם ווײַן קיין רוסלאַנד? און וווּ האָט מען אים פֿאַרקויפֿט?
דימשיץ האָט אַנאַליזירט אַ זײַטל פֿון „מנחם־מענדל־2‟ — דער סעריע פֿעליעטאָנען, וואָס שלום־עליכם האָט געדרוקט אין 1913 אין דער וואַרשעווער צײַטונג „הײַנט‟, וווּ ס‘איז אָפּגעשפּיגלט געוואָרן, וואָס מע האָט געוווּסט און געטראַכט וועגן דעם ווײַן אין די ייִדישע שטעטלעך. דער צווייטער העלד פֿונעם אָוונט איז געווען סאָמעליע וולאַד מיכנאָ, וואָס האָט דערציילט וועגן דער איצטיקער ווײַן־פּראָדוקציע פֿון „כּרמל‟ און דורכגעפֿירט אַ דעגוסטאַציע.
דינסטיק דעם 18טן מערץ האָט דער נײַער ייִדישער מוזיי אין מאָסקווע, אין די ראַמען פֿון דער אויסשטעלונג „ענדי וואָרהאָל: 10 באַרימטע ייִדן פֿונעם 20סטן י”ה‟, געוויזן אַ פֿילם וועגן די צוויי העלדן פֿון דער אויסשטעלונג. לאָמיך דערמאָנען, אַז אין דער עקספּאָזיציע ווערן פֿאָרגעשטעלט 10 פֿון וואָרהאָלס פּאָרטרעטן פֿון באַרימטע ייִדן. צווישן זיי זענען די קאָמיקער ברידער מאַרקס, וואָס זענען געווען באַקאַנט אין האָליוווּד אין די 1930ער יאָרן. זייער הומאָר איז געווען אַבסורדיש און אַנאַרכיסטיש; און זייערע פֿאָרשטעלונגען האָבן געמאַכט אויף דעם צושויער אַ שטאַרקן און אומפֿאַרשטענדלעכן רושם. דער פֿילם האָט אַ סימבאָלישן נאָמען „די ברידער מאַרקס: געלעכטער קעגן אַלעמען‟. נאָך דעם פֿילם איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ דיסקוסיע.
מיטוואָך, דעם 19טן מערץ, האָט דער מוזיי, בשותּפֿות מיט דער ביבליאָטעק פֿון דער אויסלענדישער ליטעראַטור, דורכגעפֿירט אַ רונדן טיש אויף דער טעמע „ייִדישע זאַמלונגען אין ביבליאָטעקן און אַרכיוון פֿון רוסלאַנד‟. מע האָט גערעדט וועגן זייער אַנטשטייוּנג און געשיכטע, וועגן דעם, ווי אַזוי זיי צו געפֿינען און צו באַשרײַבן, וועגן זייער סטאַטוס, לאַגערונג און דיגיטאַליזאַציע. אינעם צענטער געפֿינט זיך דעם „הרבֿ שנאורסאָן־זאַמלונג‟. מע האָט אויך גערעדט וועגן גינצבורגס זאַמלונג, וואָס געפֿינט זיך אין דער רוסלענדישער מלוכה־ביבליאָטעק, און וועגן ייִדישע מאַטעריאַלן אין פֿאַרשיידענע אַרכיוון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.