מיט צוויי חדשים צוריק, האָט יאַן פּיניי, אַ 24־יאָריקער פּאַריזער גראַפֿישער דיזײַנער, מפֿרסם געווען זײַן אומגעוויינטלעכן פּראָיעקט: אַ 7־מינוטיקן פּאַלינדראָם־פֿילם מיטן נאָמען „סימעטריע‟. אויב מע דרייט אויף צוריק סײַ די קאַדערס, סײַ די קלאַנגען אין זײַן שאַפֿונג, בלײַבט דער פֿילם פּונקט דער זעלבער. אַחוץ דער דאָזיקער אומגעוויינטלעכער אייגנשאַפֿט, איז זײַן ווערק פֿול מיט פֿאַרשיידענע סימעטרישע סימבאָלן. צוליב דער חידושדיקער סטרוקטור פֿונעם פֿילם, האָט ער אַ סוררעאַליסטישן טעם, ווי אַ מין מאַטעמאַטישע רעטעניש.
פּיניי האָט דערציילט, אַז די אַרבעט איבער זײַן חידושדיקן פֿילם איז אָנגעגאַנגען שווער; מע האָט געמוזט פֿילמירט יעדן עלעמענט אויף אַזאַ אופֿן, אַז ווען מע שפּילט עס אויף צוריק, זעט עס אויס גענוג נאַטירלעך און פּאַסט זיך אַרײַן אינעם סוזשעט. דער סיפּור־המעשׂה איז גאַנץ פּשוט. אַ מאַן און אַ פֿרוי שטייען אויף פֿון בעט און פּלוצעם צעקריגן זיי זיך צוליב אַן אומקלאָרער סיבה. דער יונגערמאַן גייט אַוועק, וואַנדערט אַרום אין די פּאַריזער גאַסן, טרעפֿט אַן אַנדער פֿרוי, און הייבט מיר איר גלײַך אָן אַ ראָמאַן. דערנאַָך גיט ער אַ קוק אַרײַן אין אַ שפּיגל, פֿאַרטראַכט זיך, און באַשליסט שלום צו מאַכן מיט דער ערשטער פֿרוי. ער קערט זיך אום, און דער פֿילם פֿאַרענדיקט זיך מיט דער סצענע, ווי דאָס פּאָרל לייגט זיך צוריק אין בעט.
געוויינטלעך, מיינט דאָס גריכיש־שטאַמיקע וואָרט „פּאַלינדראָם‟ אַ וואָרט אָדער אַ פֿראַזע, וואָס אירע אותיות פֿאַרמאָגן די זעלבע אייגנשאַפֿטן, ווי פּינייס פֿילם: דהײַנו, בלײַבן זיי פּונקט די זעלבע, אויב מע לייענט זיי איבער פֿונעם סוף צום אָנהייב. אינעם יאָר 1998, האָט מען אויף דער ייִדישיסטישער בליץ־רשימה „מענדעלע‟ באַהאַנדלט די טעמע פֿון ייִדישע פּאַלינדראָמען. איינע פֿון די באַטייליקטע אין דער דיסקוסיע האָט זיך דערמאָנט, אַז זי האָט זיך אַמאָל געלערנט אין אַ ייִדישער שול, וואָס האָט געטראָגן דעם נאָמען פֿונעם באַרימטן בונדיסטישן קולטור־טוער וולאַדימיר מעדעם, וועלכער האָט געביטן זײַן אָריגינעלן פֿאַמיליע־נאָמען אויף אַ פּאַלינדראָמישן. ס׳איז גרינג צו געפֿינען אויף ייִדיש אַ סך אַנדערע אַזעלכע ווערטער: רעדער, נעמען, ראַדאַר, דר׳ערד.
אַזעלכע ווערטער־שפּילערײַען האָבן אַ לאַנגע געשיכטע. דעם עלטסטן אָפּגעהיטן פּאַלינדראָם — אַן אַזוי־גערופֿענעם „סאַטאָר־קוואַדראַט‟ — האָט מען געפֿונען אין דער אוראַלטער רוימישער שטאָט הערקולאַנעום, לעבן פּאָמפּיי, וווּ די תּושבֿים זענען טראַגיש אומגעקומען מיט איבער 2,100 יאָר צוריק בעתן אויסבראָך פֿונעם וווּלקאַן וועזוּוויוס. דער קוואַדראַט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ טאַבעלע פֿון פֿינף ווערטער, וואָס בלײַבן די זעלבע, אויב מע לייענט זיי איבער אויף צוריק אָדער אַפֿילו פֿון אויבן אַראָפּ.
אַ סך אַנדערע קוואַדראַטן מיטן זעלבן טעקטס האָבן די אוראַלטע רוימער איבערגעלאָזט אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון זייער אימפּעריע, פֿון סיריע ביז בריטאַניע. שפּעטער, האָבן אַ טייל קריסטן זיך משער געווען, אַז אין דער מיסטעריעזער קוואַדראַט־פֿראַזע ליגט אַ טיפֿער מיסטישער באַדײַט, און אַז זי טויג ווי אַ סגולה קעגן שדים, שׂרפֿות, כּישופֿים און אַנדערע צרות. למעשׂה, מיינט די דאָזיקע לאַטײַנישע פֿראַזע, לויט איינעם פֿון מעגלעכע אָפּטײַטשן, „דער באַשעפֿער אַרעפּאָ דרייט זײַנע רעדער‟. עס קאָן זײַן, אַז דער דאָזיקער פּאַלינדראָם האָט טאַקע אַ מיסטישן באַדײַט; אַ טייל פֿאָרשער זענען זיך משער, אַז „אַרעפּאָ‟ איז עפּעס אַ געטלעכער נאָמען. דער גרויסער ייִדישער פֿילאָסאָף און פּאָעט אַבֿרהם אבן־עזרא האָט געשאַפֿן אַן ענלעכן קוואַדראַט ממש אויף אַ געניעלן אופֿן, מיט איבער 800 יאָר צוריק. עמעצער האָט בײַ אים געפֿרעגט אַ שאלה, צי האָניק בלײַבט כּשר, אויב עס פֿאַלט אַהין אַרײַן אַ פֿליג. דער חכם האָט געענטפֿערט: „פרשנו רעבתן שבדבת נתבער ונשרף‟ — „מיר האָבן מפֿרש געווען, אַז דער שטאָף אינעם האָניק ווערט בטל און אויסגעברענט‟. מיט די אַנדערע ווערטער, בלײַבט דער האָניק כּשר. די דאָזיקע פֿראַזע האָט פּונקט די זעלבע אייגנשאַפֿטן, ווי דער לאַטײַנישער וווּנדער־קוואַדראַט.
אבן עזרא האָט בכלל ליב געהאַט פּאַלינדראָמען און צוגעטראַכט אַ צאָל גאַנץ קאָמפּליצירטע, וואָס קלינגען כּמעט ווי תּנ״כישע פּסוקים. למשל: „דעו מאביכם כי לא בוש אבוש, שוב אשוב אליכם כי בא מועד‟.
דער קלאַסישער תּורה־מפֿרש בעל־הטורים, וועלכער לייגט אָפֿט אַכט אויף די גימטריאות און אַנדערע חכמות פֿון די אותיות, האָט באַמערקט, אַז דאָס וואָרט „ונתנו‟ אינעם פּסוק, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן צדקה, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פּאַלינדראָם. ווי דער בעל־הטורים דערקלערט, איז עס אַ סימן, אַז מע דאַרף נישט מורא האָבן צו געבן צדקה. ווען מענטשן העלפֿן איינער דעם צווייטן, קומען זייערע טובֿות צוריק צו זיי. מע קאָן זאָגן, אַז די יושרדיקע געזעלשאַפֿט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ „סאָציאַלן פּאַלינדראָם‟.
איז דאָס קעפּל פֿונעם דאָזיקן אַרטיקל — „אַ רבֿס אַ סבֿרא‟ — טאַקע אַ כּשרער פּאַלינדראָם? אבן־עזרא האָט אין דער דערמאָנטער תּשובֿה וועגן האָניק איגנאָרירט דעם חילוק צווישן אַזעלכע אותיות, ווי „פּא‟ און „פֿא‟, אָדער „שין‟ און „שׂין‟. אינעם ליטעראַרישן ייִוו״אַ־ייִדיש, וואָס ווערט באַנוצט בײַ אונדז אינעם „פֿאָרווערטס‟, ווערן די דאָזיקע אותיות, געוויינטלעך, באַטראַכט ווי באַזונדערע. און וואָס טוט מען מיט די אָנגענומענע נקודות־כּללים? די דערמאָנטע קעפּל־פֿראַזע הייבט זיך אָן מיט אַ פּתח־אַלף, אָבער שליסט זיך אָן אַ פּתח.
צווישן די ליבהאָבער פֿון פּאַלינדראָמען זענען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע שיטות וועגן דעם. ס׳רובֿ פֿראַנצויזישע פּאַלינדראָמיסטן איגנאָרירן די דיאַקריטישע צייכנס, אָבער ס׳רובֿ דײַטשישע היטן זיי אָפּ. אַזוי צי אַזוי, שטעלט אַזאַ ווערטער־שפּילערײַ מיט זיך פֿאָר אַן עקסטרעמע קאָמבינאַציע פֿון ליטעראַרישער און גראַפֿישער קונסט. אין פֿאַרגלײַך מיט די געוויינטלעכע טעקסטן, הענגען די פּאַלינדראָמען אָפּ פֿונעם גענויעם אויסלייג פֿון יעדעס וואָרט. די פּאַלינדראָמען באַגרענעצן גאָר שטאַרק די סטרוקטור פֿונעם טעקסט און פֿאַרוואַנדלען די שפּראַך אין אַן אַבסטראַקטן שפּיגל פֿון אותיות. דער חידוש באַשטייט אין דעם, וואָס נישט געקוקט אויף דעם קינסטלעכן כאַראַקטער פֿון אַזאַ ווערטער־שפּיל, קאָן מען פּראָדוצירן גאַנץ באַדײַטפֿולע פֿראַזעס, זאַצן און אַפֿילו גאַנצע פּאָעטישע טעקסטן. עס קאָן זײַן, אַז אין דער מענטשלעכער שפּראַך שטעקן טיפֿערע סטרוקטורן, וועלכע דערמעגלעכן דאָס צו טאָן. אינעם „ספֿר־יצירה‟, דער אוראַלטער יסודותדיקער קוואַל פֿון קבלה־סודות, שטייט געשריבן, אַז די גאַנצע וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן ווי אַ מין קאָסמישער פּאַלינדראָם, אַ גלגל־החוזר פֿון אותיות, וואָס רעפּרעזענטירט די היפּוכדיקע כּוחות, וואָס דרייען זיך אַהין און צוריק. עס קאָן זײַן, אַז אין די מענטשלעכע שפּראַכן זענען אויך פֿאַראַן אַזעלכע באַהאַלטענע סימעטריעס.
נישט לאַנג צוריק, האָב איך געפּרוּווט זיך שפּילן מיט דער דאָזיקער חכמה אויף ייִדיש. מײַן קליינע פֿאָרשונג האָט געוויזן, אַז ס׳איז אַ סך גרינגער צו שאַפֿן פּאַלינדראָמען אויף לשון־קודש אָדער רוסיש, אין פֿאַרגלײַך מיט ייִדיש. איינע פֿון די שוועריקייטן באַשטייט אין די באַשטימטע אַרטיקלען און אַזעלכע פּרעפּאָזיציעס, ווי „אויף‟, „בײַ‟ און „פֿון‟. ווען מע קערט זיי איבער, באַקומען זיך אויסטערלישע סעקווענצן פֿון אותיות, וואָס טרעפֿט זיך גאָר זעלטן אין ייִדיש.
פֿונדעסטוועגן, איז גאַנץ מעגלעך צו שאַפֿן אויף ייִדיש עכטע קאָמפּליצירטע פּאַלינדראָמען. עס האָבן זיך בײַ מיר באַקומען אַ צאָל כּמו־לאָזונגען מיט אַ פֿילאָסאָפֿישן, עראָטישן, סתּם טשיקאַוון און אַפֿילו פּאָליטישן טעם. צום בײַשפּיל:
רו, הור!
שיין — יי״ש!
זאָרג? נעמט מען גראָז!
נעם אָן אַ נאָמען, לשם משל, נעם אָן אַ נאָמען!
עסק יש — אַ שיקסע! (די ערשטע העלפֿט — אויף לשון־קודש)
צעזעג אַ געזעץ!
אַחוץ אַזעלכע פֿראַזעס, האָט זיך מיר אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ גאַנץ באַדײַטפֿול פּאַלינדראָמיש פּאָעטיש ווערק. אַפֿילו אויף ענגליש, רוסיש און אַנדערע פֿיל־מיליאָניקע וועלט־שפּראַכן זענען אַזעלכע טעקסטן אַ יקר־המציאה. איך האָף, אַז די לייענער וועלן אָפּשאַצן מײַן „סימעטרישע‟ באַשרײַבונג פֿון אַ ים־נסיעה אויפֿן פּראָם פֿון מאַנהעטן קיין סטאַטען־אײַלענד:
רעד, ים, כ׳על בליקן קילבלעך.
רעדן? זײַ רו!
נו, ניו־יאָרק רעדט ים־רעדעס:
עלוויר — אַלען,
אַריק — ביילע,
לייב — קיראַ,
נעלאַ — ריוולע,
סעדער מיט דער קראָ…
יוי! נו־נו, רײַזנדער.
כ׳על בליקן קילבלעך, מידער…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.