אַ נײַע אויסשטעלונג אין דער גאַלעריע „געזעלשאַפֿט פֿון אילוסטראַטאָרס‟, אין מאַנהעטן, באַשטייט פֿון 110 הומאָריסטישע פּאָרטרעטן פֿון באַקאַנטע ייִדישע קאָמיקער, געשאַפֿן דורכן קינסטלער, דרו פֿרידמאַן. די אויסשטעלונג איז באַזירט אויף זײַן בוך אילוסטראַציעס פֿון די זעלבע קאָמיקער, און הייסט — אַזוי ווי דאָס בוך — Old Jewish Comedians.
פֿרידמאַן האָט שטודירט קונסט אין דער „שול פֿון וויזועלער קונסט‟ אין ניו־יאָרק פֿון 1978 ביז 1981, אונטער דער הדרכה פֿון באַקאַנטע מײַסטער פֿון קאָמיקס — וויל אײַזנער, האַרווי קורצמאַן און אַנדערע. זינט דעמאָלט האָבן זײַנע אילוסטראַציעס זיך שוין באַוויזן אין אַ צאָל אָנגעזעענע פּובליקאַציעס, אַרײַנגערעכנט דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, „עסקווײַר‟ און „ניו רעפּובליק‟.
„די טעמע, הומאָר, אַפּעלירט צו אַלעמען, און דער קולטורעלער אַספּעקט פֿונעם ייִדישן טעאַטער און קאָמעדיע איז אויך זייער פּאָפּולער,‟ האָט באַמערקט אַנעל מילער, די עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין פֿון דער „אילוסטראַטאָרן־געזעלשאַפֿט‟.
בעת אַן אינטערוויו מיטן Forward, האָט פֿרידמאַן דערציילט וועגן די רעאַקציעס פֿון די קאָמיקער, בײַם זען זייערע פּאָרטרעטן: „ראָבערט קלײַן האָט זיך באַקלאָגט, פֿאַר וואָס הענגט זײַן בילד אונטן. האָב איך אים דערקלערט, אַז די בילדער פֿון די עלטערע קאָמיקער געפֿינען זיך אויפֿן ערשטן גאָרן, און די ייִנגערע — אונטן. האָט ער זיך באַרויִקט.‟
אַנדערע קאָמיקער זענען נישט געווען צופֿרידן מיטן פּאָרטרעט בכלל. ווען אַ רעפּאָרטער פֿון דער „על־איי טײַמס‟ האָט געפֿרעגט דזשעק קאַרטער, ווי געפֿעלט אים, אַז מע האָט אים אַרײַנגעשטעלט אין אַ בוך וועגן אַלטע ייִדישע קאָמיקער, האָט קאַרטער געענטפֿערט: „אַלט? ווער זאָגט, אַז איך בין אַלט? און אַ ייִד? איך אַרבעט נישט בלויז פֿאַר ייִדן.‟
דערנאָך האָט ער געזען זײַן פּאָרטרעט, און איז געוואָרן נאָך מער אין כּעס, זענענדיק די „לעבער־פֿלעקן‟ אויף זײַן פּנים און די צעשויבערטע האָר. „ער האָט זיך פֿאַרבונדן מיט מיר און מיר געהייסן אים מאָלן נאָך אַ מאָל,‟ האָט פֿרידמאַן געזאָגט. „האָב איך אים געענטפֿערט, אַז ניין; פֿון יעדן ייִד מאַך איך בלויז איין פּאָרטרעט.‟
„כ׳האָב נישט געוואָלט אויפֿרעגן די קאָמיקער, אָבער עטלעכע פֿון זיי זענען געווען ספּעציעל אין כּעס, וואָס איך האָב אָנגעגעבן זייערע אמתע נעמען,‟ האָט פֿרידמאַן געזאָגט. „כּמעט אַלע האָבן געביטן דעם נאָמען, כּדי צו באַקומען אַרבעט, מחוץ די קאַטסקילס און ניו־יאָרק. סיד סיזער האָט נישט געוואָלט, אַז אין בוך זאָל שטיין, אַז ער הייסט יצחק סיד סיזער.‟
אויף דער פֿראַגע, צי ער טראַכט שוין וועגן זײַן קומעדיקן פּראָיעקט, האָט פֿרידמאַן געענטפֿערט: „מע האַלט מיך אין איין פֿרעגן, צי איך וועל אויך מאָלן שוואַרצע קאָמיקער אָדער אירלענדישע קאָמיקער, אָבער איך ווייס נישט.‟ דעם 24סטן אַפּריל וועט דער אילוסטראַטאָר אויפֿטרעטן ווי איינער פֿון די רעדנער אין אַ פּאַנעל אויף דער טעמע, „ווי אַזוי איז דער אַמעריקאַנער ייִדישער („דזשויִש‟) הומאָר אויסגעוואַקסן פֿון דער ייִדישער קולטור, און ווי האָט עס געשילדערט דעם כאַראַקטער פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט?‟ פֿרידמאַן האָפֿט אָבער, אַז די רעדעס וועלן נישט זײַן צו ערנסט.
„מײַן הויפּט־אינטערעס איז, אַז דער עולם זאָל לאַכן. יעדער פֿון די רעדנער וועט מסתּמא דערציילן וועגן זײַן אייגענער קאַריערע, און דערנאָך וועלן די צוהערער קענען שטעלן פֿראַגעס. איך האָף, אַז ס׳וועט צווישן די רעדנער אויסברעכן אַ קריגערײַ, און אַז ס׳וועט זיך טאָן אויף טיש און אויף בענק!‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.