אויב איר זענט אויפֿגעוואַקסן בײַ ספֿרדישע טאַטע־מאַמע, איז דער זינגער, ענריקאָ מאַסיאַס, אײַך גוט באַקאַנט, ווײַל מע הערט זײַן געזאַנג אויף יעדער חתונה, בר־ און בת־מיצווה און אַנדערע פֿײַערונגען. איצט קען מען אים שוין אויך זען אין קינאָ.
געבוירן איז ער מיטן נאָמען גאַסטאָן גרענאַסיאַ, אין 1938, אין דער שטאָט קאָנסטאַנטין, אַלזשיר, וואָס האָט דעמאָלט געהערט צו פֿראַנקרײַך. דער זינגער פֿאַרקערפּערט הײַנט די ביטער־זיסע נאָסטאַלגיע פֿון די ייִדן, וועלכע האָבן פֿאַרלאָזט זייער אַראַביש היימלאַנד אין די 1960ער און 1970ער יאָרן. עד־היום וועלן די באָבעס לאָזן אַ טרער בײַם הערן ווי ער זינגט „אַדיע, מאָן פּאַיִ‟ (זײַ געזונט, מײַן מוטערלאַנד) — מאַקיאַס׳ ערשטער שלאַגער, וואָס ער האָט אָנגעשריבן, פֿאָרנדיק מיט זײַן משפּחה אויף דער שיף אַרויס פֿון לאַנד.
דאָס איז געווען אין 1961, בעת דער אַלזשירער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה. מאַסיאַס׳ טאַטע, סילוויין גרענאַסיאַ, איז געווען אַ פֿידלער אין דעם אַנדאַלאָ־אַראַבישן אָרקעסטער, און זײַן שווער, שייך ריימאָנד לייריס, אויך אַ באַרימטער מוזיקער, איז דערמאָרדעט געוואָרן. דעמאָלט האָבן מאַסיאַס און זײַן פֿרוי, סוזי, באַשלאָסן צו אַנטלויפֿן.
זינט דעמאָלט איז ער געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַלער „סופּערסטאַר‟ פֿון דער פֿראַנצייזישער מוזיק, און אין 1997 האָט דער געוועזענער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער „יו־ען‟, קאָפֿי אַנאַן, אים באַשטימט פֿאַר אַן „אַמבאַסאַדאָר פֿאַר שלום און פֿאַר דער באַשיצונג פֿון די קינדער פֿון דער וועלט‟. לעצטנס, איז מאַסיאַס אויך געוואָרן אַ הצלחהדיקער אַקטיאָר אין קאָמעדיעס.
בעת אַן אינטערוויו מיטן Forward, האָט ער דערציילט, אַז כאָטש ער איז נישט קיין דערפֿאַרענער אַקטיאָר, האָט ער שטאַרק הנאה געהאַט פֿון שפּילן אין דער סעריע קאָמעדיע־פֿילמען, La Verite Si Je Mens (וואָלט איך דיר געזאָגט אַ ליגן?), און איז אַ ביסל איבערראַשט, וואָס ער איז געוואָרן אַ פּאָפּולערער קאָמעדיע־אַקטיאָר.
„כ׳האָב טאַקע ליב צו לאַכן און זיך צו וויצלען, אָבער דאָ, פֿאַר דער קאַמערע, דאַרף איך פּשוט גלאָצן מיט די אויגן, און דער עולם צעלאַכט זיך,‟ האָט ער געזאָגט. זײַן שפּילן אין פֿילמען איז אָבער אויך געוואָרן אַ מיטל, ווי אַזוי צוצוציִען יונגע צוהערער צו זײַנע לידער, ווײַל ביז איצט זענען זײַנע געטרײַסטע צוהערער געווען די מענטשן פֿונעם עלטערן דור.
„די יונגע לײַט זעען מיך אין די פֿילמען, פֿאָרשן אויס מײַן נאָמען דורך דער אינטערנעץ און דערוויסן זיך, אַז איך בין אויך אַ זינגער,‟ האָט מאַרסיאַס געזאָגט. „אַזוי הייבן זיי במילא אָן צו הערן מײַנע רעקאָרדירונגען.‟
הגם מאַסיאַס וווינט שוין אין פּאַריז מער ווי 50 יאָר, האָט ער בדעה הײַיאָר עולה צו זײַן קיין ישׂראל, צום גרעסטן טייל — צוליב דעם וווּקס פֿון אַנטיסעמיטיזם. „אין אַלזשיר האָב איך קיין מאָל נישט געפֿילט קיין אַנטיסעמיטיזם. דאָרט האָבן מענטשן געלעבט אין פֿרײַנדשאַפֿט און סאָלידאַריטעט; קיינער האָט מיך נישט גערופֿן קיין ׳זשיד׳. אָבער אין פֿראַנקרײַך איז געווען אַנדערש. ווען איך האָב יונגערהייט שטודירט אינעם ׳פֿאָנטענבלו׳, פֿלעגן געוויסע סטודענטן זאָגן: „איך האָב נישט ליב די אַראַבער‟ — מסתּמא מיינענדיק, אַז איך בין אַליין אַן אַראַבער. האָב איך זיי געענטפֿערט, אַז איך בין נישט קיין אַראַבער, נאָר אַ ייִד. האָבן זיי געענטפֿערט, אַז די ייִדישע ראַסע איז די נידעריקסטע פֿון אַלע.‟
„איך וויל זיך באַזעצן אין ישׂראל איידער מע צווינגט מיך עס צו טאָן,‟ האָט ער געזאָגט. „ישׂראל דאַרף נישט דינען בלויז ווי אַ שוץ־מיטל, נאָר ווי אַן אידעאַל.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.